Original scan
Original memorial-book scan 352
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-989

אין די בלאטעס פלעגט מען גיין אין זאקן. די קליידונג איז געווען נאר פון לייוונט. פלייש פלעגט מען עסן נאר שבת און אמאל דאס אויך ניט. 2 דער האנדל אין 19 -טן יארהונדערט -- ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה: נאך דער נאפאלעאנישער מלחמה איז אריינגעטראטן א בעסערונג אין דער עקאנאמישער אנטוויקלונג פון פאלעסיע. רוסלאנד איז דאן ארויס אלס זיגערין און גרויס"מאכט אין אייראפע, זי האט ביסלעכווייז אנגעהויבן צוריק בויען דאס לאנד און איבערהויפט דרום-רוסלאנד. ס'האט זיך אנטוויקלט אין אוקראינע א גרויסע בוי-באוועגונג פון נייע קאלאניעס, פון ים-פלאט אויפן שווארצן ים און פון באן ליניעס. דער נאענטסטער קוואל פון האלץ פאר די אלע ארבעטן האט זיך געפונען אין פאלעסיע. ס'האט זיך אנטוויקלט א ברייט-פארצווייגטער האנדל מיט אוקראינע. דאס האט, פארשטייט זיך, געווירקט אויך אויף דאוויד"האראדאק. וועלכע איז געלעגן ביים טייך הארין און אין צענטער פון וואלד מאטעריאלן. אין דער צווייטער העלפט פון 19-טן יארהונדערט, האט זיך אין דאוויד"-האראדאק אנגעהויבן אויסבילדן א סוחרים קלאס פון וואלד פראדוקציע און די אזוי גערופענע וואסער-מענטשן.

passage_646a93bd7e5f56989fd7f54c
Passage 2normalized OCR · source chars 991-2148

די דאוויד"האראדאקער וואלד-סוחרים, זענען, אויסער געציילטע. קיין גרויסע גבירים ניט געווען, אבער זיי און די אזוי גערופענע וואסער-מענטשן, האבן צוזאמען געבילדעט א גאנץ הויך אנטוויקלטן סוחרים שטאנד. דער וואלד-האנדל איז ניט געווען קיין איינפאכער -- ער האט געפאדערט פיל קענטניס און פאכמענישקייט. ביים קויפן די רוי"מאטעריאלן האט מען געדארפט פאכמעניש באטראכטען די קוואליטעט, מאכן א גענויע קאלקולאציע פון אויס- ארבעטונג, פון טראנספארט א.א.וו. די וואסער מענטשן, דאגעגן, האבן זיך פארגומען מיט די אזוי גערופענע ,בארלינעס" -- ,בארלינשטשיקעס" האבן זיי געהייסן. די ,בארלינע" איז געווען דער קאמוניקאציע מיטל אויפן וואסעוי. אין די גאר אלטע צייטן, פלעגט מען זיך באנוצן מיט ,באידאקעס" -- דאס זענען געווען ברייטע און שווערע שיפן. זיי זענעז אבער ניט געווען באקוועם און אין מיטן פון 19-טז יארהונדערט האט מען זיך שוין מיט זיי ניט באנוצט. מען האט זיך דאן אנגעהויבן באנוצן מיט ,בארקעס" און ,בארלינעס". די ,בארקעס? זענען געווען מערסטנטייל אפענע, זייער בוי איז געווען פאלגענדער : 9 סאזשען די לענג, 8--7 ארשין די ברייט און 28--24 וויערשאק די טיף. זיי פלעגן פירן א משא פון אומגעפער 475000 פוד, ד.ה. 80 טאן. די ,בארקעס" זענען מערסטנטייל באנוצט געווארן אויף צו פירן ברען-האלץ און ברעטער.

passage_97cbef04889e527f55553f7f
Passage 3normalized OCR · source chars 2150-2963

די ,בארלינעס" דאגעגען .זענען געווען געדעקטע. זייער גרויס: 20--17 סאזשין די לענג, 3 סאזשען די ברייט און 2 ארשין די טיף. זיי זענעןז געווען געטיילט אויף 3 אדער 4 קאמערן, אין וועלכע מ'פלעגט פירן פארשיידענע סח.רות. אזא בארלינע האט באשעפטיקט ביז 18 ארבעטער מיט אַן ,אטאמאן" (קאפיטאן) בראש. פרילינג פלעגן זיי מערסטנטייל זיך אנלאדן מיט ברען-האלץ, אדער אנדערע האלץ- מאטעריאלן און מיטן שטראם שווימען ביז קיעוו און לעצטנס אויך ביז יעקאטערינאסלאוו. א רייזע פון דאוויד-האראדאק ביז קיעוו, פלעגט ביי נארמאלע באדינגונגען דויערן 2 וואכן. זומער צייט פלעגן די ,בארלינעס ארבעטן ביי די ברעגעס פון דניעפר, ביים אריבערפירן פאר- שיידעגע משאות פון איין פונקט צום צווייטן. הערבסט-צייט פלעגן זיי זיך אנלאדן מיט פארשיידענע שפייז ארטיקלען פון דער רייכער אוקראינע, אדער מיט זאלץ און קעגן שטראם זיך לאזן קיין דאוויד"האראדאק. אזא צוריקפאר |13

passage_3f33b2d9765ac9934f9a98a6