פלעגט דויערן ביז 40 טעג. ניט איינמאל פלעגט טרעפן. אז דער ווינטער איז אנגעקומען צו פרי און מ'איז געווען געצווּנגען צו בלייבן אין וועג. אין אזא פאל, איז מען שוין, פאר- שטענדלעך. געוועז ווייט פון פארדינסטן. דער דאזיקער האנדל איז ניט געווען קיין לייכטער. 8 ביז 9 מאנאט אין יאר פלעגט מען זיין אפגעריסן פון דער היים. מען איז געווען אפהענגיק פון וועטער-צושטאנד, ווי : ווינטן, הויך פון וואסער אין די טייכן א.א.וו. (אויך דער מסחר האט געפאדערט גרויסע פאכמענישקייט און קענטעניש). ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה, איז דער מסחר געווען פאר די שטעטלעך, וואס זענעז געלעגן ביי די ברעגעס פון די טייכן א וויכטיקער מקור פון פרנסה. דאס איז געווען א ברייט- פארצווייגטער האנדל מיט מעקלארעס, אגענטן און סקלאדעס. די גרויסע סוחרים פלעגן אליין אויפקויפן סחורה און פארקויפן דער לעצטער האנט -- די קלענערע פלעגן ציען זייער פרנסה פון טראנספארט.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-811
passage_3926740bad582d0181ffbe5c
Passage 2normalized OCR · source chars 813-1537
ביי דער געלעגנהייט איז כדאי צו דערמאנען די משפחה ברעגמאן פון דאוויד"האראדאק, וועלכע האט אין סוף פון 19-טן יארהונדערט געפירט גרויסע געשעפטן. די ברעגמאנס האבן געהאט א סאך אייגענע בארלינעס און פון מאל צו מאל פלעגן זיי דינגען אויך פרעמדע אויף אריבערצופירן זייערע סחורות. זיי האבן אין א סאך פונקטן געהאט זייערע סקלאדעס. לעצטנס האבן זיי אויך געהאט אן אייגענעם דאמף"שיף מיטן נאמן ,מאנטיפיארי". זייערע אגענטן, וועלכע זענען געווען צוזייט איבערן גאנצן וועג פון פינסק ביז יעקאטערינאסלאוו, פלעגן פאר זיי קויפן און פארקויפן. צוגרייטן ארבעטער און שפייזדארטיקלען פאר די ארבעטער, און אויך אינפארמירן וועגן די פרייזן פון תבואה, צוקער, זאלץ א.א.וו. זיי פלעגן אויך אינפארמירן וועגן צושטאנד פון די האלץ רעזערווען אין אוקראינע. ג דער הארין 24
passage_c10da6a1a01108584d9e188d