Original scan
Original memorial-book scan 354
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-741

דאס איז געווען א גרויסע פירמע, וועלכע האט געפירט פארצווייגטע געשעפטן און גענאסן דערביי פון אן אומבאגרענעצטן קרעדיט און צוטרוי. דער וואסער האנדעל האט געשאפן אין דאוויד"האראדאק אינדוסטריע פון שיףדבויעריי, פון וואס פיל יידן און קריסטן האבן געהאט פרנסה בכבוד. אט דער קלאס פון וואלד-סוחרים און וואסער-מענטשן, האט געהאט א שטארקע ווירקונג אויף דער אנטוויקלונג פון שטעטל און איבערהויפט פון דער יוגנט. די עלטערן האבן זיך באמיט צו געבן זייערע קינדער, ניט נאר א יידישע דערציונג, נאר אויך אן אלזייטיק-וועלטלעכע בילדונג, ווי עס האבן געפאדערט זייערע געשעפטן. א דאנק דעם פארצווייגטן און זיך אנטוויקלענדיקן וואסער-האנדל און האלץ מסחר אין פאלעסיע בכלל און אין דאוויד"האראדאק בפרט, איז אין אנהויב פון 19-טן יארהונדערט אנט- שטאנען א יידישער ישוב אין נירטשע.

passage_c3875dd5409252ee89ccb65c
Passage 2normalized OCR · source chars 743-1425

נירטשע איז אן ארט, וואס ליגט ביים איינגוס פון טייך הארין אין פריפיעט און איז 2 קילאמעטער ווייט פון דאוויד"האראדאק. די וואסער-קאמוניקאציע פון דאוויד"האראדאק מיט אוקראינע, פון פינסק מיט אוקראינע, פון פינסק מיט דאוויד-האראדאק, ווי אויך די וואסער- פארבינדונג אויף צוריקוועגס, האט געמוזט דורכגיין דעם דאזיקן פונקט. אין יענער צייט וועז ס'האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען דער האנדל פון פאלעסיע מיט אוקראינע און די וואסער- קאמוניקאציע איז געווען די ביליגסטע און איינציקע, איז נירטשע געווארן פון סוחרישן שטאנד- פונקט, זייער א וויכטיקער ארט. ס'איז געווען א פונקט, וואס האט געקענט געבן א גרעסערע צאל משפחות פרנסה בריוח. חלק מיוצאי נירצה בד. הורודוק אטייל פון די נירטשער יידן אין דאוויד"האראדאק 5

passage_29c75768460a7529bb1102c0