Original scan
Original memorial-book scan 355
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-669

גלייך נאך דער מפלה פון נאפאלעאן אין 1812, ווען רוסלאנד האט אנגעהויבן פארהיילן די ווונדן פון דער מלחמה, ווען ס'האט זיך אנגעהויבן א פיבערהאפטע בוי און אנטוויקלונגס- ארבעט און ווען דער מסחר האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען -- אין יענער צייט, איז אויך אנטשטאנען דער יידישער ישוב אין נירטשע. אן אייגנארטיקער ישוב איז דאס געווען. אנגעהויבן האט ער זיך פון איין משפחה -- יוסף מאראווטשיק -- וועלכע האט זיך אין פארלויף פון די קארגע 100 יאר פון דער עקזיסטענץ פון נירטשער ישוב פאנאנדערגעוואקסן און האט דערגרייכט, אין מאמענט פון ליקווידאציע פון דאזיקן ישוב, א צאל פון 100 נפשות. דאס זענען געווען זין און טעכטער, שניר און איידעמס אייניקלאך און אוראייניקלאך פון דעמזעלבן יאסל מוראווטשיק.

passage_b3191be7945af1801089b8a1
Passage 2normalized OCR · source chars 671-1746

די מוראווטשיקעס האבן געפירט אן אייגנארטיקן לעבן פון האלבע פויערים און האלבע סוחו'ים אין נירטשע. זייער עקזיסטענץ איז געווען באזירט אויף גערטנעריי (אליין באארבעט). אויף פיש-פאנגעריי, אויף האדעווען קי און איבערהויפט אויף האנדל מיט וואלד און האלץ- ארט קלען. זיל פלעגן אליין ארויספירן צום ברעג פון טייך ברען-האלץ וואס די פאראכאדן- געזעלשאפטן פלעגן אפקויפן, אדער זיי פלעגן שיקן מיט די טראנספארטדשיפן ברען-האלץ קיין קיעוו. זיי פלעגן אויך צושטעלן שפיי-ארטיקלען פאר די ארבעטער אויף די פאראכאדן, פליטן און בארלינעס. זיי האבן אויך צוגעשטעלט שפייז-ארטיקלען פאר די רייזנדע אין די פאסאזשיר-פאראכאדן. די איינוווינער פון נירטשע זענען געווען טיפן פון געזונטע פאלקס-מענטשן. זיי האבן געהאט א טאגטעגלעכן קאנטאקט מיט די יידן פון דאוויד-האראדאק און אדאנק דער בארירונג מיט פארשיידענע מענטשן פון סוחרים"שטאנד, זענען זיי אויך ניט געווען קיין פארגרעבטע דארפס-מענטשן. פאר די קינדער פלעגן זיי ברענגען די בעסטע מלמדים. וועלכע האבן. אגב, זייער גערן געפארן אהין. די ערד אויף וועלכער זיי זענען געועסן און וועלכע איז דורך זיי באארבעט געווארן האט געהערט צום פירשט ראדזיוויל. אים פלעגן זיי צאלן ארענדע-צינזן.

passage_4ad09b9ce87d3078360d6c53
Passage 3normalized OCR · source chars 1748-2864

ווי געזאגט, האט דער ישוב אין נירטשע עקזיסטירט קנאפע 100 יאר. אין יאר 1906 איז דער דאזיקער ישוב ליקווידירט געווארן און אלע איינוווינער פון נירטשע זענען אריבער וווינען אין דאוויד-האראדאק. די סיבה פון דער ליקווידאציע פון יידישן ישוב אין נירטשע איז געווען פאלגענדע : דער פירשט ראדזיוויל האט זיך אויסגעקליבן דאס ארט אויף צו מאכן א טארטאק. ער איז געווען זיכער, אז אויפן דאזיקן וויכטיקן קאמוגיקאציעדפונקט וועט ער מאכן גוטע געשעפטן. ס'האבן ניט געהאלפן די אויסרגעוויינליכע באמיאונגען פון די נירטשער יידן אפצושרייען די גזירה. זיי האנן באקומען אנטשעדיקונגען פון פירשט און מיט גרויס פארדרוס פארלאזן דאס ארט וווּ זיי האבן אין פארלויף פון קארגע 100 יאר געלעבט און געהאט פרנסה בריוח. לכתחילה איז דאס געווען א גרויסע טראגעדיע פאר די דאזיקע יידן. זיי האבן געמוזט אין שטאט פונדאסניי אנהויבן בויען א לעבן און זוכן אן עקזיסטענץ-מעגלעכקייט. דערנאך, אבער, זענען זיי געווען פון בייט שטארק צופרידן. זיי האבן זיך איינגעארדנט אין שטאט, פאר די אנטשעדיקונגען האבן זיי געקויפט הייזער און אין 1914, ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די ערשטע וועלט-מלחמה, וואלטן זיי במילא געמוזט פון דארטן אנטלוילפן -- דאן וואלט דאס געווען, נאטירלעך, אן אנטשעדיקונגען.

passage_0ce0b8bd208e36f2f2d5b229
Passage 4normalized OCR · source chars 2866-3070

דער פירשט האט, דאקעגן, ניט געמאכט קיין גוטן בייט, ווייל דער טארטאק האט זיך ניט אנטוויקלט און ער האט אים געמוזט ליקווידירן. א וויכטיקן ארט האבן אין דאווידר-האראדאקער לעבן פארנומען די קראמען. האבנדיק 2166

passage_efd44baac4507e73ceca8e26