Original scan
Original memorial-book scan 356
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-983

א קריסטלעכע באפעלקערונג, וואס דאט פאר איר געברויך אלץ געקויפט, (די ,האראדטשוקעס* זענען מערסטנטייל געווען סוחרים און ארבעטער). און האבנדיק דערצו א גרויסע דארפישע אומגעגנט -- איז געווען אן ארט פאר פיל קראמען אין שטעטל. ס'האט זיך טאקע מיט דער צייט אויסגעבילדעט א גרויסער קרעמער-קלאס. אמת, קיין גרויסע גבירים זענען צווישן זיי (אויסער' אייניקע) ניט געווען און אן דער הילף פון די בענק און קרעדיט-געזעלשאפטן, וואלט די מערהייט פון זיל ניט געקענט עקזיסטירן (די קאנקורענץ צווישן די קרעמער איז ניט געוועז קיין קליינע) -- פונדעסטוועגן האבן זיי זיך דורכגעלעבט, מער אדער ווייניקער, בכבוד. 7 פינה בשוק החדש בדויד-הורודוק א ווינקל פון נייעם מארק אין דאוויד"האַראַדאָק פיל משפחית האבן אין דאוויד"-האראדאק געלעבט פון פלייש-האנדל. די שטעטל האט געהאט ארום זיך א גרויסע פויערישע סביבה, פיל לאנקעס מיט גראז (ע,פאשע") און די געגנט איז רייך געווען אין סטאדעס פון קי און אקסן. דאוויד"-האראדאקער קצבים, פלעגן אויפקויפן, פארן שטאטישן געברויך און אויך עקספארט (קיין ווארשע הויפטזעכלעך) די דאזיקע קי מיט אקסן.

passage_ff16e72bb5dd66d25343880b
Passage 2normalized OCR · source chars 985-1842

צווישן די דאוויד-האראדאקער קצבים זענען געווען גרעסערע סוחרים, וועלכע פלעגן פארן קיין אוקראינע און איבערהויפט אין פאלטאווער געגנט, אויפקויפן דארט טראנספארטן מיט אקסן און שיקן זיי קיין ווארשע. אינטערעסאנט, אז די דאזיקע טראנספארטן. ווי אויך זייערע באגלייטער פלעגן דעם גאנצן וועג מאכן צופוס. דאס איז געווען א ריזיקאלישער האנדל, ווייל קיין נארמאל -איינגעשטעלטע פרייזן זענען ניט געווען, -- זייי זענען געווען אפהענגיק פון צופיר און אנבאט פון סחורה אין ווארשע. ניט איינמאל פלעגט טרעפן, אז די רוחים פון איין העלפט טראנספארט. וועלכער איז פארקויפט געווארן אין א געוויסן טאג, פלעגן קוים קלעקן אויף צו דעקן דעם היזק, וואס מ'האט געהאט פון דער צווייטער העלפט טראנספארט, וואס איז פארקויפט געווארן אויף צומארגנס. די גרעסטע מערהייט קצבים, האט זיך אבער מיט האנדל ניט פארנומען. זיי פלעגן זייער ברויט פארדינען זייער שווער. 3--4 טעג אין וואך האט מען זיך ארומגעדרייט אין די 227

passage_877607aa0ef9f66cb52a3994