Original scan
Original memorial-book scan 357
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1094

ארומיקע דערפער כדי עפעס צו קויפן. ראס ברענגען אהיים איז אולך ניט געווען פון די לייכטע זאכן, ביים פארקויפן איז פארגעקומען א געוויסע קאנקורענץ צווישן די קצבים און ניט איינמאל איז אויך טריף געווארן א בהמה. דער פלייש-האנדל האט אריינגעטראגן זייער א סאך געלט און האט שטארק צוגעהאלפן צו דער אנטוולקלונג פון דער געגנט און איבערהויפט פון די פויערים. ער האט אויך געשאפן א באזיס פאר גארבערייען, אין וועלכע ס'האבן זיך אויסגעארבעט די גרויסע קוואנטומס פעל פון דער סביבה. פון די אויסגעארבעטע פעלן, פלעגן פראדוצירט ווערן אין דאוויד-האראדאק דורך די ארטיקע שוסטערס שטיוול פאר דער גאנצער אומגעגנט. דער פלייש-האנדל האט אויך געגעבן חלב, פון וואס ס'איז אויסגעארבעט געווארן זייף און ליכט. גאנץ גרויס איז געווען אין דאוויד"האראדאק דער פיש-האנדל, וואס איז געווען א מקור פון פרנסה, הן פאר די קריסטן -- די פיש-פאנגער און הן פאר די פיש-סוחרים. דערביי איז צו באמערקן, אז די פיש-הענדלער האבן זיך ניט פארנומען מיט פארקויפן פיש אויפן ארט. דאס פלעגן טאן די פיש-פאנגערס אליין -- די קריסטן. די פיש-הענדלער. פלעגן אויפקויפן פון די קריסטן דעם עודף פון פיש, וואס די שטעטל איז ניט געווען בכוח צו קאנסומירן און שיקן דאס אין ווארשע.

passage_e76ec76094bc06d1a232ec32
Passage 2normalized OCR · source chars 1096-2128

ס'זענען געווען א 6--7 יידישע סוחרים, וואס פלעגן אפדינגען ביים קניאז ראדזיוויל די אזיערעס. די קריסטן פלעגן דארט כאפן די פיש און די יידישע סוחרים האבן דאס געשיקט קיין ווארשע. דאס איז געווען ניט קיין לייכטער מסחר, אבער א גאנץ רייכער. אין דאוויד"האראדאק. איז געווען א גרויסע גרופע בעלי-עגלות, וואס פלעגט ארומפארן איבערן גאנצן לאנד. פון דאוויד"האראדאק איז מען געפארן מיט פורן קיין פינסק. מינסק, ווילנע, בראדי און אדעס. אזוי ווי אין אלע שטעטלעך, זענען זיי אויך אין דאוויד-האראדאק געווען ארגאניזירט אין א ,קאמפאניע" און געארבעט בשותפות. צוזאמען מיט אלע פאלעסיער בעלי-עגלות, האבן זיי זיך באטייליקט אין תענית, וואס זיי האבן גוזר געווען, וועז עס האט זיך אין יאר 1888 געעפנט די פאלעסיער באן-ליניע. ס'איז וויכטיק אגב צו אונטערשטרייכן, אז די אנטוויקלונג פון באן-וועזן האט ביז היינט- צו-טאג אויסגעמיטן דאוויד-האראדאק. די שטעטל האט ביז היינט ניט קיין באן-פארבינדונג. די נאענטסטע באן-סטאציע איז פון איין זייט געווען לאכווע -- 25 קילאמעטער ווייט פון דאוויד-האראדאק און פון דער צווייטער זייט הארין-סטאלין -- העכער 30 קילאמעטער פון דאוויד-האראדאק.

passage_fe16b7cd05804a4b2129c125
Passage 3normalized OCR · source chars 2130-2989

אין יאר 1898 האט זיך ארגאניזירט א גרופע פון 5 בעלי-עגלות און געקויפט א קליין פאראכאדל מיטן נאמן ,וויון", וועלכער פלעגט קורסירן צווישן דאוויד"האראדאק און נירטשע, צושטעלנדיק דאוולד-האראדאקער פאסאזשירן צום גרויסן פאראכאד, וואס האט קורסירט צווישן פינסק און קיעוו, ניט אלע בעלי-עגלות האבן געהאט צוטרוי צום דאזיקן געשעפט און דערפאר האט טאקע די מערהייט פון זיי ניט געוואלט צושטיין צום שותפות. די ערשטע יארן, האבן נאך די בעלי-עגלות, וואס האבן געקויפט דעם פאראכאד, ווינטער געארבעט מיט די פערד. ביסלעכווייז האט זיך אבער דאס געשעפט אנטוויקלט, זיי האבן געשטעלט נאך א פאראכאד קיין סטאלין און גארין און זיי האבן אינגאנצן אוועקגעווארפן דעם פריערדיקן פאך. שפעטער זענען צום דאזיקן שותפות צוגעשטאנען אויך פינסקער יידן און ס'איז איינגעשטעלט געווארן אויך א פאראכאד-קאמוניקאציע פינסק--דאוויד-האראדאק. די ערשטע וועלט-מלחמה האט די ,פאראכאדטשיקעס" שטארק ניט אנגערירט און נאכדעם 218

passage_bb0137593b93e736d3f9abce