ווי דאוויד"האראדאק איז אריבער צו פוילן האט זיך זיי אויך איינגעגעבן צו באקומען די פאראכאדן, וואס זענען פארבליבן אין די רוסישע טייכן. דער פאראחאד פריסטאן נאך דער מלחמה, ווען אוקראינע איז אפגעשלאסן געווארן אדאנק דער נייער סאוויעטיש- פוילישער גרענעץ, זענען די א:טוויקלונגס-מעגלעכקייטן געווארן א סאך איינגעשרומפענער און ס'זענען געבליבן בלויז די קורסיר-ליניעס דאוויד"האראדאק--סטאלין א.ן דאוויד-האראדאק-- פינסק. די עקזיסטענץ פון די ,פאראכאדטשיקעס" איז אבער געווען געזיכערט אויך פון די דאזיקע 2 ליניעס. נאך דער וועלט-מלחמה, אז עס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען די אויטאמאביל- קאמוניקאציע, האט זיך ארגאניזירט א גרעסערע גרופע בעלי-עגלות,. געקויפט אן אויטא און אנגעהויבן קורסירן מיט אילם אויף דער ליניע דאוויד"האראדאק--גארין. דאס מאל. אבער, האט זיך דעד פרווו ניט איינגעגעבן. די סיבה דערפון איז געווען א צווייענדיקע: א. די גרויסע אמארטיזאציע פון אויטא אויף די שלעכטע פאלעסיער וועגן און ב. די גרויסע שטייערן. וואס ד" רעגירונג האט ארויפגעלייגט.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-931
passage_2a1e62a31f2913b2976219ee
Passage 2normalized OCR · source chars 933-1515
די בעלי-עגלות אין דאוויד"האראדאק זענען געווען גוט ארגאניזירט. זיי זענעז געווען איינגעטיילט אין 2 גרופן. איינע, וועלכע האט געארבעט אין שטאט, איבערהויפט ביים פאנאנדערפירן די סחורות, וואס פלעגן אנקומען מיט די פאראכאדן אין די געשעפטן און סקלאדעס. און די צווייטע גרופע פלעגט פארן צום באן קיין לאכווע און סטאלין און ווינטער פלעגן זיי אויך פארן קיין פינסק. זיי האבן אלע געארבעט בשותפות און מיט די פארדינסטן, פלעגט מען זיך יעדע וואך טיילן. ס'איז געווען ניט קיין לייכטע פרנסה, אבער, אויסער געציילטע האבן זיי געהאט פרנסה בכבוד און אייניקע צווישן זיי זענעז געוועז גאנץ פארמעגלעכע. % . * 109
passage_4612c424b4a8ecba08069f84