Original scan
Original memorial-book scan 359
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1088

בעלי-מלאכות : דאוויד"האראדאק איז געווען א שטעטל מיט פיל בעלי-מלאכות, וואס האבן געארבעט זעלבסטשטענדיק. קיין ספעציעלע ארטיקלען, וועלכע זאלן זיין כאראקטעריסטיש נאר פאר דער שטאט, האט מען אין דאוויד"-האראדאק ניט פראדוצירט. האבנדיק, אבער, אבאפעלקערונג פון אומגעפער 10 טויזנט נפשות און א גרויסע דארפישע סביבה, איז דארט געווען אנ'ארט פאר פיל פאכלייט, וואס האבן ארבעטנדיק פאר דער ארטיקער באפעלקערונג געהאט א בכבודיקע עקזיסטענץ. די הויפט פאכן פון די דאוויד"-האראדאק בעלי-מלאכות זענען געווען פאלגענדע : שניידערס, וועלכע האבן זיך געטיילט אויף 2 קאטעגאריעס; אזעלכע, וועלכע האבן געארבעט פאר דער קריסטלעכער באפעלקערונג לויט באשטעלונגען, אדער אנגרייטן פארטיקע זאכן און ארויספירן זיי אויף ירידים אין שטאט און אין דער ארומיקער דארפישער סביבה און אזעלכע, וועלכע האבן אויסגעארבעט איידעלערע זאכן פאר דער יידישער באפעלקערונג. שוסטערס, וועלכע האבן געארבעט נאר פאר יידן און אביסל אויך פאר קריסטן, די קריסטלעכע באפעלקערונג איז געווען באזארגט מיט שטיוול הויפטזעכלעך דורך די קריסטלעכע שוסטערס, וועלכע האבן זייער פראדוקציע פארקויפט ניט נאר דער ארטיקער קריסטלעכער באפעלקערונג נאר פאנאנדערגעפירט איבערן גאנצן לאנד.

passage_d88454bef9a5e7ceb08233cc
Passage 2normalized OCR · source chars 1090-2005

שמידן און שלאסארעס, וועלכע האבן הויפטזעכלעך געארבעט פאר דער פויערישער באפעלקערונג. זיי פלעגן שמידן וועגענער, מאכן אקער-אייזנס און העק און מאכן אויך פאר- שיידענע ,שמידאכץ" פאר דער בוי-ארבעט אין שטאט. דער גרעסטער טייל בעלי-מלאכות איז געווען פארנומען ביי דער בוי"ארבעט. דאס זענען געווען: בויערס. סטאליארעס, מויער-מייסטערס. גלעזער, פארבערס און דאך-דעקערס (גאנטארעס). אויך ביי שיף-בויעריי האבן יידן געפונען אן ארבעטס-פלאץ. די גרעסטע מערהייט ארבעטער ביי שיף-דבויעריי זענען אבער געווען קריסטן. געווען אייניקע, וועלכע האבן געהאט 2 פאכן, איינעם אויף זומער און דעם צוייטן אויף ווינטער. דאס זענען אומגעפער די פאכן, אין דאוויד"האראדאק ביזן אויסברוך פון דער ערשטער וועלט-מלחמה. צווישן די בעלי-מלאכות זענען געווען פארשיידענע שיכטן. געווען צווישן זיי גאנץ פארמעגלעכע, אייניקע האבן קוים געהאט צום דורכלעבן זיך און די גרעסטע מערהייט האט געפירט א באשיידענעם, אבער א זיכערן און באלעבאטישן ארט לעבן. די דערפער ארום דאוויד-האראדאק

passage_76e03773dc0f40b615dff2c1
Passage 3normalized OCR · source chars 2007-2723

דאוויד"האראדאק איז געווען ארומגערינגלט מיט זייער פיל דערפער; אין וועלכע ס'האבן ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה געוווינט יידן. די יידן האבן עקזיסטירט פון מלאכה און האנדל מיט דער ארטיקער פויערלשער באפעלקערונג. ווי לאנג די דאזיקע דערפער עקזיסטירן. קאן מען גענוי ניט פעסטשטעלן. בלויז וועגן צוויי דערפער זענען דא אייניקע היסטארישע באווייזן ; דאס איז אלשאן, וואס איז געגרינדעט געווארן דורכן פירשט יורי אלשאנסקי, וועלכער האט געהערשט אין פינסק אין די יארן 1492--1447 און אלפין, וואס איז א נאמען נאך א ליטווישן באיאר, וועלכער האט אין יאר 1341 געהערשט אין פאלעסיע. יידן האבן זיך אנגעהויבן באזעצן אין די דאזיקע דערפער נאך דער באפרייאונג פון די פויערים. אין אלגעמיין האבן די יידן אין די דערפער געפירט זייער א באשיידן לעבן; זייער 20

passage_f3ab31857415a3e0a4dff232