לעבנס-ניוואָ איז ניט געווען פיל העכער פון דער ארומיקער פויערישער באפעלקערונג. די הויפט זארג פון די יידן איז געווען באפרידיקן די רעליגיעזע באדערפענישן און דערציען די קינדער. ביי דער קלענסטער צאל משפחות אין דארף, האבן זיך די יידן דאך באמיט צו האלטן א מלמד פאר די קינדער. אייניקע האבן געשיקט זייערע קינדער זיך לערנען אין שטאט. א צייט פארן אויסברוך פון דער ערשטער וועלט-מלחמה האט זיך אנגעהויבן פארקלענערן די צאל יידן אין די דערפער. די יוגנט האט ניט געוואלט בלייבן אין דארף, ס'האט איר אימפאנירט די שטאט. דער אויסברוך פון דער ערשטער וועלט-מלחמה, האט נאך מער פארשנעלערט דעם טעמפא פון ארויספאר פון די דארפישע יידן אין שטאט אריין.
ס'זענען דאן אינגאנצן ליקווידירט געווארן די יידישע ישובים אין די פאלגענדע דערפער : נירטשע, חוווארסק, האלעץ, ליאדעץ, ביקאיסק, גרויס-ארלי און וויעלעמיטש. אין פאלגענדע דערפער זענען יידן געבליבן: אלשאן, רעמלע, כאראמסק, קליין-ארלי, סעמיהאסטיטש, טערעבליטש, אזדאמיטש, מאלישאוו, קאראטיטש, טאלמאטשאוו, לודקע, קאלק און כאפון. פארשטענדליך, אז זייער צאל איז אין פארגלייך מיט דער פארמלחמהדיקער צייט פיל פאר- קלענערט געווארן. ס'האט זיך כמעט ווי ניט געענדערט די צאל יידן אין אלפין, וועלכע האט זיד שוין גערעכנט פאר א פארשטאט פון דאוויד"האראדאק. דאס דארף רובליע, האט געהאט א יידישע באפעלקערונג ווי פון א קליין שטעטעלע. הארט פאר דער ערשטער וועלט-מלחמה זענען דארטן געווען 80 משפחות מיט א רב און 2 בתיזמדרשים. דארט איז געווען אן אנטוויקלטע און ציוניסטיש געשטימטע יוגנט. די החלוץ ארגאניזאציע איז דארט געווען זייער שטארק און דער ערשטער החלוץ צוזאמענפאר אין פאלעסיע איז אין יאו' 1924 פארגעקומען אין רובליע. די יוגנט האט, ניט זעענדיק פאר זיך קיין צוקונפט אין דארף, אנגעהויבן אויסוואנדער]ן. דער גרעסטער טייל פון זיי האט עולה געווען קיין ארץ-ישראל. אדאנק דעם טאקע, איז יעצט דא אין לאנד א פארהעלטניסמעסיק גרויסע צאל רובליער יירן. % 4 *
די אויבנדערמאנטע קורצע שילדערונג וועגן דער עקאנאמישער סטרוקטור פון דאוויד- האראדאק ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה ווייזט אונז, אז די שטעטל האט ניט פארמאגט קיין גאר גרויסע גבירים צווישן די סוחרים און אויך ניט קיין גרויסע ארעמעלייט צווישן די בעלי-מלאכות. אין אלגעמיין איז דער לעבנס-סטאנדארט אין יענער צייט ניט געווען קיין הויכער און די פאדערונגען ניט קיין גרויסע. זומער איז אין שטעטל געווען שטיל. דער גרעסטער טייל פון דער קריסטלעכער באפעלקערונג איז געווען פארנומען אין פעלד, די יידישע סוחרים זענען אויך געווען אויף די טייכן. די בעלי-מלאכות האבן געארבעט אין דארף. אזוי ארום, איז זומער געוועזן שטילשטאנד איז שטעטל.
הערבסט-צייט פלעגט אלעס אנהויבן אויפלעבן. ס'האבן זיך אנגעהויבן די ירידים, דער פויער פלעגט ברענגן אין שטאט אריין דעם עודף פון זיינע פראדוקטן און איינקויפן פאר זיך אויף ווינטער. ס'פלעגן אנהויבן קומען די בארלינעס פון אוקראינע מיט מעל, זאלץ און פאר- שיידענע שפייז-ארטיקלען, וואס מ'האט פארקויפט אין שטאט און אומגעגנט. ס'פלעגן זיך אויפקומען די וואלד-סוחרים און וואסער-מענטשן כדי אפצושליסן די רעכענונגען פון פאר- גאנגענעם יאר און מאכן נייע געשעפטן. די קריסטלעכע שטאטישע באפעלקערונג פלעגט זיך אויך צונויפקומען אויף וולנטער און אלץ איינקויפן. דערצו איז ביי זיי ווינטער געווען דער סעזאן פון חתונות. דאס אלץ האט אויפגעלעבט די שטעטל און דעם האנדל אין איר. אויב 1