Original scan
Original memorial-book scan 361
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-985

דער ווינטער איז געווען א נארמאלער און די וועגן (די וואסער און די יבשה וועגן) האבן זיך איינגעשטעלט אין דער ריכטיקער צייט, איז שטארק אויפגעלעבט געווארן דער וואלד-האנדל וואס איז געווען א גרויסער קוואל פון פרנסה פארן שטעטל. אט אזוי האט דאוויד-האראדאק געפירט יארן לאנג א נארמאל לעבן ביז ס'איז אויס- געבראכן די ערשטע וועל-מלחמה, וועלכע האט א טרייסל געגעבן די פון יארן איינגעפונדעוועטע פארמען פון לעב]ן. ד.-האראדאק אין די יארן פוז דער ערשטער וועלט-מלחמה דער אויסברוך פון דער ערשטער וועלט-מלחמה האט געמאכט אן אומגעהויער שווערן איינדרוק אויפן שטעטל. די מאביליזאציע, וועלכע האט ארומגענומען גרויסע טיילן פון דער באפעלקערונג, די געוויינען פון די. דורך דער מאביליזאציע, צעשיידטע משפחות, די נייע קריגס-געזעצן, די גרויסע קוויאנטומס פערד און וועגענער, וואס מ'האט רעקוויזירט פאר די נויטן פון דער מלחמה -- דאס אלץ האט געגעבן צו פארשטיין, אז ס'נעמט אֶן אן ערנסטן כאראקטער. ,מומחים" האבןץ אפילו פארויסגעזאגט, אז מער ווי צוויי"דריי מאנאטן וועט די דאזיקע מלחמה ניט אנהאלטן; -- מ'איז אבער געווען צערודערט.

passage_38223e20c58aa5a0e98af25f
Passage 2normalized OCR · source chars 987-1607

דער איינדרוק איז געווען א דערדריקנדער צוליב דעם, ווייל זייט כמיעלניצקיס צייטן, האט די שטעטל קיין קריג ניט געדענקט. די שוועדישע מלחמה האט דאוויד-האראדאק אויס- געמיטן, נאפאלעאנישע חיילות האבן דאוויד-האראדאק פאר די אויגן ניט געזען. וועגן דער רוסיש"טערקישער מלחמה האט מען אין שטעטל בלויז געהערט און דאס זעלבע איז אויך געווען אין דער צייט פון רוסיש-יאפאנישן קריג. די ערשטע צייט, נאכדעם, וול די מאביליזירטע זענען אוועק אין מיליטער, האט מען די מלחמה אין שטעטל ניט אזוי שטארק געפילט. ערשט שפעטער, נאכדעם ווי די רוסן האבן אנגעהויבן ליידן גרויסע מפלות אויפן גאליציאנער פראָנט איז דערפילט געווארן דער גאנצער גרויל פון דאזיקן קריג.

passage_d6e7dcb6d3cc141c96227d26
Passage 3normalized OCR · source chars 1609-2712

דער הויפט-קאמאנדיר ניקאלאי ניקאלאיעוויטש האט געגעבן א באפעל, אז די יידן פון סוּוואלקער, לובלינער און כעלמער גובערניעס, מוזן אין פארלויף פון 24 שעה פארלאזן זייערע היימען. דורך דאוויד-האראדאק האבן אנגעהויבן דורכפארן הונגעריקע, נאקעטע און אומ- גליקלעכע יידישע פליטים. דער דאזיקער אומבאהאלפענער אויסזען פון די יידישע פליטים, האט געמאכט א דערשיטערנדן איינדרוק אויף די דאוויד"האראדאקער יידן. פארשטייט זיך, אז ס'איז גלייך ארגאניזירט געווארן א הילפס-קאמיטעט און די גאנצע יידישע באפעלקערונג האט מיט ליבע אויפגענומען די פליטים. זיי געגעבן הילף, איינגעארדנט זיי אין שולן און פריוואטע הייזער און באזארגט זיי מיט קליידונג און עסן. אין דערזעלבער צייט, האבן דורך דאוויד"האראדאק אנגעהויבן דורכפארן די עוואקואירטע דייטשן פון וואלינער געגנט, וועלכע זענען ארויסגעטריבן געווארן דורך דער מיליטערישער מאכט. זיי זענען געקומען אין דאוויד-האראדאק מיט זייערע אייגענע וועגענער און פונדאנען האט מען זיי אויף שיפן געפירט מיטן טייך טיפער אין רוסלאנד. ווארטנדיק אויף שיפן, האבן זיי זיך געוואלגערט אויף די ברעגעס פון טייך אין שטאט און דאס האט געבראכט צו עפידע- מישע קראנקהייטן, וואס האבן באדראט אויך די איינוווינער פון דאוויד"האראדאק.

passage_ac4cad4a4c57586aa83bb9ce
Passage 4normalized OCR · source chars 2714-2951

ס'האבן זיך אנגעהויבן ווייזן אנטלאפענע פון בריסק און פון פינסק. אויך דאוויד" ראראדאקער יידן האבן אנגעהויבן טראכטן וועגן עוואקואציע. דער ,סלאנימער" רב ז"ל און נאך אייניקע משפחות זענען טאקע ארויסגעפארן. פיל משפחות האבן אפגעקויפט פערד און 2

passage_910633251f20049d7b541228