Original scan
Original memorial-book scan 362
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-799

וועגענער פון די ארויסגעטריבענע דייטשן און געגרייט זיך אין וועג אריין. אנדערע ווידער זענען געפארן דוקא קיין פינסק מיטן צוועק צו פארבלייבן ביי די דייטשן, כדי אויסצומיידן מאביליזירט צו ווערן אין מיליטער. דער פראנט האט זיך אלץ מער דערנענטערס. די פאניק איז געווארן גרויס. אין שטאט האבן זיך באוויזן קאזאקן. מ'האט אראפגענומען די גלאקן פון די קלויסטערס. כדי זיי זאלן ניט אריינפאלן אין דייטשישע הענט. ביינאכט האט מען געהערט הארמאטן שיסעריי. די דייטשן האבן, אבער, פארנעמענדיק דעם 16-טן סעפטעמבער 1915 פינסק, געבליבן דארט שטיין. נאכדעם, ווי ס'איז דורכגעגאנגען א קנאפער מאנאט און דער פראנט האט זיך ניט גערירט און נאכדעם, ווי די הערבסט-רעגנס און די בלאטעס האבן זיך אנגעהויבן האט מען אין דאוויד- האראדאק פארשטאנען, אז דער פראנט וועט זיך איבער ווינטער ניט רירן און מ'האט זיך צוביסלאך אנגעהויבן צופאסן צו דער לאגע.

passage_31840a1cf6e91ed6836241cf
Passage 2normalized OCR · source chars 801-1368

אינצווישן זענען אנגעקומען ניט קיין פריילעכע גרוסן פון די דאוויד"-האראדאקער עוואקואירטע. די יידן, וועלכע האבן ביי די דייטשישע פליטים געקויפט פערד און וועגענער, כדי ס'זאל זיין מיט וואס צו עוואקואירן זיך האבן דאס צוריק פארקויפט. מ'האט זיך אנגעהויבן צוגעווינען צו דער נאענטקייט פון פראנט. די אנוועזענהייט פון מיליטער גארניזאנען אין שטעטל האט געגעבן א פרישן מקור פון פרנסה. מ'האט מיט זיי געמאכט גוטע געשעפטן און די עקאנאמישע לאגע האט זיך פיל פארבעסערט. די דאזיקע לאגע האט אנגעהאלטן איבער א יאר, ביז ס'איז אין אנהויב פון יאר 1917 אויסגעבראכן די קערענסקי-רעוואלוציע. % 4 *

passage_c30c277185ef40ff93d4faaf
Passage 3normalized OCR · source chars 1370-2260

אפילו אין פארווארפענעם ווייטן פון צענטר דאוויד-האראדאק, האט מען דערפילט די נייע, אפפרישנדע ווינטן וועלכע האבן אנגעהויבן בלאזן אין ווייטן פעטערבורג. פון מויל צו מויל, אין דער שטיל, מיט גלאנציקע אויגן פון דערווארטונג, זענען ארומגעגאנגען קלאנגען, אז דער געהאסטער צארישער רעזשים אין רוסלאנד גייט צוגרונט. יידן האבן אין דער שטיל תפילה געטאן, אז ס'זאל זיין אמת. אט קומט אן א ידיעה, אז פירשטן האבן אין פעטערבורג פארסמט ראספוטינען, אט זאגט מען, אז אין קייזערלעכן הויף איז אומרואיק. מ'דערווארט פון טאג צו טאג נייע בשורות, אבער ס'גלויבט זיך דאך ניט, אז דאס געגארטע וועט פארווירקלעכט ווערן... צי איז דען מעגלעך, אז דער איינגעפונדעוועטער, זייט הונדערטער יארן צאריזם, וועט צוזאמענגעבראכן ווערן? איז דאס ניט קיין פוסטער טרוים ?... און אט קומט אן אן איבערראשנדע ידיעה. די ניט צענזורירטע רוסישע צייטונג, וועלכע איז אנגעקומען אין שטעטל האט דערציילט אז צאר ניקולאי האט זיך אפגעזאגט פון טראָן לטובת זיין זון.

passage_793a4cf136f79edb84b23364
Passage 4normalized OCR · source chars 2262-3036

ס'האט זיך ניט געלאזט גלויבן. מ'האט מורא געהאט הויך וועגן דעם ריידן -- אפשר איז דאס, חס ושלום אליגן. אט האט אבער פאסירט א געשעעניש אין שטעטל, וועלכע האט אלעמען איבערצייגט אין דער ריכטיקייט פון דער דערפרייענדער ידיעה. דער ,אוריאדניק* אווטשיניקאוו, דער קייזערליכער פארשטייער אין שטעטל, איז ארויס אין מארק און האט פאר אלעמען אין די אויגן אראפגעריסן פון זיין מונדיר די עפאלעטן... ס'איז אוממעגלעך צו באשרייבן די גרויסע פרייד, וואס האט דאן ארומגענומען גאנץ רוסלאנד. פארשטענדלעך. אז פילפאכיק גרעסער איז געווען די שמחה פון די יידן. וועלכע האבן פריי געעפנט די טויערן פון אירע שטעט און אמטן פאר אלע בירגער. די ערשטע האניג" פריי געגעפנט די אויערן פון אירע שטעדט און אמטן פאר אלע בירגער. די ערשטע האניג- חדשים פון דער רוסישער רעוואלוציע אין אנהויב פון יאר 1917 האבן געגעבן א גרונד צו 3

passage_61bb7439dad14e26a7c60a78