Original scan
Original memorial-book scan 363
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-489

גלויבן, אז מ'שטייט פאר א נייער עפאָכע פון גלייכהייט, פריינטשאפט און ברידערלעכקייט צווישן פעלקער און לענדער און אז אונטער די פליגלען פון דער דאזיקער רעוואלוציע, וועלן זיך אין דעם גרויסן רוסלאנד, קאנען פריי אנטוויקלען., עקאנאמיש און קולטורעל אלע אֶן אויסנאם נאציאנאלע מינדערהייטן. דער ענטוזיאזם איז געווען גרויס, די שמחה איז געווען אומגעהויער און אזוי האט מען זיך דערווארט ביזן פייערן דעם אינטערנאציאנאלן ארבעטער יום-טוב -- דעם 1-טן מאי אין דאוויד"האראדאק. דער 1-טער מאי 1917 אץ ך.-האראדאק

passage_ac4897455c5a4a4cadf8f34e
Passage 2normalized OCR · source chars 491-1540

די צוגרייטונגען צום יום-טוב זענען געווען אין פולן ברען. ס'איז געגרינדעט געווארן א ספעציעלער געמיינזאמער 1-טער מאי קאמיטעט פון יידן און קריסטן. א ספעציעלע דעלעגאציע איז ארויסגעשיקט געווארן צום הוסארן-קאוואלערן פּאָלק, וואס איז געשטאנען ניט ווייט פון דאוויד"האראדאק כדל איינצולאדן זיי מיט זייער ארקעסטער אויפן יום-טוב. אין פלאן איז געווען פארויסגעזען, אז דער ארקעסטער זאל אויף דער פייערונג שפילן די מארסעליעזע און די התקוה. ס'האט זיך אבער ארויסגעוויזן אז דער ארקעסטער האט ניט קיין נאטן, ניט פון איינגעם און ניט פון צווייטן הימן. צוהילף איז דאן געקומען דער מוזיקאנט וועלוול קרעפעל, וועלכער האט אנגעשריבן די נאטן פון התקוה און אדאנק דער הילף פון די אלטע רעוואלוציאנערן פון 5 זענען אויך צוזאמענגעשטעלט געווארן די נאטן פון מארסעליעזע. אמת, דאס וואס דער ארקעסטער האט דערנאך געשפילט (לויט די צוזאמענגעשטעלטע נאַָטן) איז ניט געווען שטארק ענלעך צו דער מארסעליעזע -- די כוונה איז אבער געווען א גוטע און אלע האבן ,פארשטאנען"., אז דאס דארף זיין די מארסעליעזע.. אין טאג פון ערשטן מאי, איז אין שטעטל געווען פולשטענדיקער יום-טוב און אלע האבן אין אים אנטיילגענומען.

passage_ede1dba8eec8ce2d136943fa
Passage 3normalized OCR · source chars 1542-2248

צוערשט איז די דעמאנסטראציע געגאנגען אין קלויסטער. יידן, וואס פלעגן שטענדיק דורכגיין ביים בארג, אויף וועלכן ס'איז געשטאנען דער קלויסטער, מיט א געוויסן פחד, זענען אהין פריי אריין מיט די רויטע פענער. דארט האט מיט דער צערעמאניע אנגעפירט א קריסט, מישא טוקין (אדאנק דער רעוואלוציע, איז ער באפרייט געווארן פון טורמע, ווּ ער האט געדארפט אפקומען א שטראף פון 15 יאר). ארויסגייענדיק פון קלויסטער איז פארגעקומען א קליינער אינצידענט: אן אלטע פויערטע איז געשטאנען אויפן קליין בריקל, וואס האט געפירט צום קלויסטער און האט געשריען : ,פרייט זיך, פרייט זיך, איר וועט נאך זוכן און זיך בעטן ביי אונדוער טאטן ניקאלאי, ער זאל קומען און מאכן ביי אייך ארדענונג". מ'האט איר, פארשטייט זיך, באלד צוגענומען און איר שטארק אויסגעלאכט...

passage_1a0bb963aa69f074d5985344
Passage 4normalized OCR · source chars 2250-2896

פון קלויסטער, איז מען אוועק, להבדיל, אין שול אריין. דארט האט באגעגנט די דעמאנ- סטראציע הרב ראווינסקי ז"ל מיט ספרי-תורות און האט איינגעלאדן דעם גענעראל מיט די אפיצירן אין שול אריין. דער ארקעסטער האט געשפילט די מארסעליעזע און התקוה. דער רב האט געהאלטן א דרשה און צווישן אנדערע צוגעזאגט אין נאמען פון דער יידישער באפעלקערונג, אז זי וועט צוזאמען מיטן גאנצן רוסישן פאלק מלחמה האלטן מיטן אויסערלעכן שונא ביזן אנטגילטיקן נצחון. ער האט אויך צוגעגעבן, אז אלע יוגנטלעכע, וועלכע האבן פאר ניקאלאיס רעזשים, זיך ניט צוגעשטעלט צום מיללטער, וועלן יעצט פרייוויליק גיין אין דער ארמיי. נאך דער גאסן-דעמאנסטראציע איז פארגעקומען אן אויפנאמע פאר די אפיצירן. מ'האט 44

passage_87d1ddd7db5bb480a3288d2f