Original scan
Original memorial-book scan 364
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-999

צוגעגרייט א מיטאג און נאכן מיטאג זענען פארגעקומען טענץ ביי די קלאנגען פון מיליטערישן ארקעסטער. דעם ערשטן מאל אין דער געשיכטע פון דאוויד"האראדאק האבן יידישע מיידלעך געטאנצט מיט רוסישע אפיצירן. אין אוונט איז אין ,אופראווע* פארגעקומען א מיטינג. אין נאמען פון די יידן איז ארויס- געטראטן אנצל זייטשיק (ניט קיין דאוויד"האראדאקער, וועלכער איז צופעליק דאן געוועז צוגאסט ביי זיינע קרובים). ער האט מיט גרויס באגייסטערונג גערעדט וועגן גרויסן היסטארישן מאמענט. וועלכן מ'לעבט דורך, און וועגן דער פריינטשאפט און ברידערלעכקייט צווישן פעלקער, וואס דל רעוואלוציע האט מיט זיך געבראכט. ער האט גערעדט מיט פיל פאטאָס און ענטוזיאזם אוז אלס אויסדרוק פוז ברידערלעכקייט, האט ער זיך צוקושט מיטן גוי יעסיפ אנאשקא, וואס איז נעבן אים געשטאנען. דאס האט געמאכט א געוואלדיקן איינדרוק אויף אלע אנוועזנדע. פיל מענטשן האבן געוויינט פון פרייד. דער 1-טער מאי 1917 איז געווען דער גליקלעכסטער טאג אין דער גאנצער געשיכטע פון דאוויד"האראדאקער יידישן ישוב. אט איז פארווירקלעכט געווארן דער טרוים פון ,וגר זאב עם כבש" -- ממש משיח'ס צייטן...

passage_cbffef42c7bc774e1a41c10e
Passage 2normalized OCR · source chars 1001-2134

ווער וואלט דאן געגלויבט, אז אין 25 יאר ארום, אין אנהויב הערבסט 1941, וועט דער זעלבער יעסיפ אנאשקא און די אלע ,האראדטשוקעס", וועלכע זענען אנוועזנד געווען אויפן דאזיקן מיטינג, אז אט די אלע וועלן מיט סאדיסטישער פרייד און שמחה פירן זייערע יידישע שכנים, מיט וועלכע זיי האבן געלעבט הונדערטער יארן צוזאמען, צו דער שחיטה.. 1 " 1 אין יענער צייט, האט זיך שטארק אנטוויקלט די ציוניסטישע און געזעלשאפטלעכע טעטיקייט אין דאוויד"האראדאק. דאס וועט אבער געשילדערט ווערן אין א באזונדער קאפיטל. ס'איז כדאי בלויז צו באמערקן, אז די עקאנאמישע לאגע האט זיך דאן שטארק פארבעסערט. יידן האבן זיך דאן געקאנט פריי באוועגן און קיין פרנסה האט ניט געפעלט. די האניגזחדשים פון דער רעוואלוציע זענען אבער שנעל אדורך און ס'איז אנגעקומען די גרויע ווירקלעכקייט. דער פראנט האט זיך פון ארט ניט גערירט, די מלחמה האט אנגעהויבז דערעסן און מיאוס ווערן. אלע קערענסקיס אפענסיוועס זענען דורכגעפאלן, דאס פאלק איז געווען מיד און האט ניט געוואלט מלחמה האלטן, די דעמאראליזאציע אין דער ארמיי איז געווען גרויס. סאלדאטן האבן זיך באוויזן אין שטאט און אנגעהויבן פארקויפן רעוואלווערן, ביקסן און אפילו מאשין-געווער. די באלשעוויקעס האבן צוטריבן די גרינדונגס-פארזאמלונג א.ן פאר- כאפט די מאכט.

passage_715f4afe903faa722d17a8ca
Passage 3normalized OCR · source chars 2136-2930

די לאגע אין שטאט איז געווארן אומרואיק, קיין שטארקע מאכט איז אין דאוויד- האראדאק ניט געווען -- אלץ האט זיך דערווייל געפירט לויטן סיסטעם פון פריערדיקן רעזשים. אין הערבסט 1918, זענען די דייטשן אריין אין שטאט. דאוויד-האראדאק האבן זי דאן פאראייניקט צו אוקראינע. קייז שטארקע ענדערונג אין עקאנאמישן לעבן פון דאוויד-האראדאק האט דאס ניט אריינגעבראכט, ווייל די שטעטל איז אויך פריער געווען עקאנאמיש פארבונדן מיט קיעוו און אוקראינע. פאר די דייטשן האט מען זיך געפילט אביסעלע זיכערער, מ'האט מיט זיי אנגעהויבן צו האנדלען און געמאכט גיט קיין שלעכטע געשעפטן. לאנג האט אבער די דייטשישע הערשאפט אין דאוויד"האראדאק ניט אנגעהאלטן. אין דייטשלאנד איז אויסגעבראכן די רעוואלוציע און דאס דייטשישע מיליטער האט אנגעהויבן פארלאזן אוקראינע. אין אוקראינע האט זיך באוויזן פעטלורא מיט זיינע חיילות און ס'האבן זיך אנגעהויבן 5

passage_d1b5f42da2b25b1afd5f005d