פאגראמען אויף יידן. די פעטלוראווצעס האבן אבער אויסגעמיטן דאוויד-האראדאק. ס'האט זיך אפילו איין טאג באוויזן א גרופע דאמבראוויצער שקצים, וועלכע האבן זיך א נאמען געגעבן פעטלוראווצעס, זיי זענען אבער גלייך ארויס פון שטעטל. די שטאט איז געבליבן אֶן א מאכט. די באן-קאמוניקאציע איז געווארן ניט נארמאל און געפערלעך. פיל דאוויד"-האראדאקער יידן זענען פארבליבן אין פארשיידענע שטעט פון אוקראינע און ניט דערגרייכן אהיים. אלע. געשעפטן האבן זיך אפגעשטעלט און קיין איבעריקע ארבעט איז אויך ניט געווען. לאכווע, פון איין זייט, איז געווען פארנומען דורך די דייטשן, סטאלין, פון דער צווייטער -- דורך די פעטלוראווצעס, בלויז דאוויד"האראדאק איז געווען אֶן א מאכט. די ענינים פון שטאט זענען געפירט געווארן דורך דער ארטיקער מוניציפאליטעט צו וועמענס הילף ס'זענען געשטאנען עטלעכע פאליציידלייט. ס'דארף באמערקט ווערן, אז קיין אנפאלן אדער גנבות זענען דאן אין שטאט ניט געווען. די מוניציפאלע מאכט האט זיך פארנומען מיט אויסגלייכן ערד-סכסוכים צווישן די פויערים, מיט אריבערפירן ערד פון איין נאמען אויפן צווייטן און מיט ארויסגעכן מעטריקעס. אדער שיינען פון חתונה'ס און גטן צווישן די קריסטן. די יידן האבן די אלע פארמאליטעטן דערליידיקט בילם. רב.
כאראקטעריסטיש פאר יענער צייט, איז אן אריגינעלע שטראף. וועלכע איז דורך דער דאמאלסדיקער ארטיקער מאכט ארויפגעלייגט געווארן אויף א דאוויד-האראדאקער ייד, בערל אייזנבערג, פאר ניט אפהיטן דאס געזעץ. מ/האט אים געכאפט טרייבנדיק בראנפן -- ,סאמאגאן". אין יענער אומרואיקער צייט, איז אויך דאס געזעץ געווען אין דאוויד"האראדאק אפגעהיט. די שטראף איז געווען פאלגענדע: מ'האט אים אייף זיינע אקסלען אויפגעהאנגען די קעסלען. אין וועלכע ער האט געקאכט דעם בראנפן, א שטאטישער גוי, אדאם פאוווּ איז געגאנגען פארויס מיט א פויק און געפויקט און אזוי האט מען בערל אייזנבערג געפירט איבער אלע גאסן פון שטאט ביים אלגעמיינעם געלעכטער פון די איינוווינער. אט אזוי האט דאן די שטעטל געפירט א רואיק לעבן -- א רואיק אינזעלע אין א. שטורמישן ים פון מלחמה -- און די באציונגען צווישן די יידן און זי קריסטן אין שטעטל זענען געווען פרידלעכע און נארמאלע. די דאזיקע רואיקייט האט אבער לאנג ניט אנגעהאלטן. די באלשעוויסטיש-מיליטערישע כוחות האבן פארנומען לאכווע און לוניניעץ און דאן האט פאסירט א געשעעניש וועלכע האט אויפגעטרייסלט און איבערגעריסן די אידיליע אין דאוויד-האראדאק.
די דאמאַלסדיקע פירער פון שטעטל, הן די קריסטלעכע און הן די יידישע, האבן דאן געמאכט א פעלער, פאר וועלכן די שטעטל האט זייער טייער באצאלט הן אין מענטשלעכע און הן אין מאטעריעלע קרבנות... די שטראף-עקספעדיציע (,קאראטעלן אטריאד./) די באלשעוויסטיש-מיליטערישע אפטיילונג, וואס איז געשטאנען אין לוניניעץ, האט ארויס- געשיקט א גרופע סאלדאטן אין דער ארומיקער געגנט, כדי צו רעקוויזירן שפייז פארן מיליטער. זיי זענען אויך געקומען קיין דאוויד"האראדאק. אין וויסאקע, א 4 קילאמעטער פון דאוויד- האראדאק זענען דאן געווען פריצישע סטאדעס קי, וועלכע די באלשעוויקעס האבן געוואלט רעקוויזירן. ס'איז ביז היינט ניט פארשטענדלעך, וואס האט באוויגן די ,האראדטשוקעס"? צו שטעלן 566