Original scan
Original memorial-book scan 366
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-860

א ווידערשטאנד די באלשעוויקעס און נאך מער ניט פארשטענדלעך איז, פארוואס די יידן האבן דאן צוגעשטאנען צום ווידערשטאנד. ס'איז אבער א פאקט, אז מ'האט ארגאניזירט א ווידערשטאנד. מ'איוז אוועק צום גלח און געווירקט אויף אים, ער זאל קלינגען אין די גלאקן פון קלויסטער און וולרקן אויף די גויים זיי זאלן זיך קעגנשטעלן, און ניט לאזן ארויספירן די סטאדעס קי פון שטאט. די מאטיווירונג פארוואס מ'דארף זיך קעגנשטעלן איז געווען פאלגענדע: אויב מ'וועט לאזן היינט צונעמען די פריצישע קי, וועט מען מארגען קומען און צונעמען אויך פריוואטע. די יידן און איבערהויפט די יוגנט האבן צוגעהאלפן ארגאניזירן דעם ווידערשטאנד. מיט געמיינזאמע כוחות האט מען טאקע געשטעלט א ווידערשטאנד און ניט געלאזט ארויספירן די קי. דערביי איז פארגעקומען א קליינע שיסעריי צווישן די קעמפנדע צדדים און אלס רעזולטאט איז דערהרגעט געווארן דער קריסטלעכער מיטגליד פון רעווקאָם, דעניס, און איין זעלנער איז פארווונדעט געווארן.

passage_408d4ee217937dace1d0b5de
Passage 2normalized OCR · source chars 862-1635

מ'האט פארויסגעזען, אז די באלשעוויסטישע מיליטערישע מאכט וועט אויף דעם וי געהעריק רעאגירן. די שטימונג איז געווען א קריגעריש. מ'האט צענומען דעם בריק אויף כוּווארסקער וועג. געמאכט באריקאדן און געווארט אויפן שונא. גלייכצייטיק האט מען אוועק- געשיקט א דעלעגאציע קיין סטאלין, וווּ ס'זענען געווען די ,פעטלוראווצעס"* און געבעטן ביי זיי הילף. די ,פעטלוראווצעס" האבן, אבער, קיין הילף נישט געקאנט געבן, ווייל זיי אליין האבן זיך געגרייט אפצוטרעטן. איך מיט מיין ברודער זענען דאן געווען אין לונייעץ און געהאט דארט א רעסטאראן. איך מיט מיין ברודער זענען דאן געווען אין לוניעץ און געהאט דארט א רעסטאראן. מיר האבן געקאנט דעם שטאב, וואס האט געשיקט די גרופע סאלדאטן צו רעקוויזירן די קי. זיי האבן געוווסט, אז מיר זענען דאוויד"-האראדאקער און זיי זענען געקומען זיך פרעגן וואס איז דאס פאר א שטעטל.

passage_0def5283bf1b3f13f61b8790
Passage 3normalized OCR · source chars 1637-2731

זיי האבן ניט געקענט פארשטיין די סיבה וואס האט געבראכט די יידן צו שטעלן א ווידערשטאנד די באלשעוויקעס. אין יענער צייט איז דאס ווירקלעך געוועז א טירוף הדעת. ד"י באלשעוויקעס האבן טאקע עקאנאמיש רואינירט דעם יידישן מיטלשטאנד, אבער זיי זענען דאן געווען די איינציקע, וואס האבן געקעפט קעגן אנטיסעמיטיזם און קעגן אלע באנדעס. וואס האבן פאגראמירט יידן. אין יענער צייט זענען דוקא טויזנטער יידן אריין אין דער רויטער ארמיי, כדי צו קעמפן קעגן די באנדעס. דער שטאב אין לוניניעץ איז באשטאנען פון זייער וווילע גרויס-רוסישע סטודענטן, וועלכע זענען געווען ווייט פון אנטיסעמיטיזם. אין שטאב זענען אויך געווען יידן. אדאנק די דאזיקע יידן האט די שטעטל נאך גוט אפגעשפילט, ווייל אנדערש וואלטן געפאלן פיל מער קרבנות. זיי האבן ארויסגעשיקט קיין דאוויד"האראדאק א שטארקע דיסציפלינירטע אפטיילונג סאלדאטן מיט הארמאטן. די שטעטל האט זיך, פארשטענדליך, גלייך אונטערגעגעבן. די יוגנט איז אנטלאפן. די שטראף עקספעדיציע איז אריין אין שטאט. די זעלנער האבן באקומען פרייע הענט צו נעמען אלץ וואס זיי ווילן, אויסשליסנדיק, נאטירלעך, דאס אנרירן מענטשן. דערצו האט רעכט געהאט נאר דער קאמענדאנט און פאליטישער קאמיסאר, וועלכער איז אגב געווען א ייד.

passage_447fa0e7a21b22bf44c773ba
Passage 4normalized OCR · source chars 2733-2976

3 פון די דאוויד-האראדאקער בירגער -- 2 קריסטן און 1 ייד -- בייצל יודאוויטש ע"ה (לויט דער פראפארץ פון דער באפעלקערונג) זענעז דורך דער שטראף עקספעדיציע דערשאסן געווארן. אויסער דעם האבן זיי אינגאנצן אויסגעליידיקט די שטעטל. מ'האט צוגענומען אלץ, 27

passage_0fd326e49b8e79947df5871e