Original scan
Original memorial-book scan 367
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1067

וואס ס'האט זיך נאר געלאזט ארויספירן. ס'זענען דאן געווען אין שטעטל פיל שפייזדרעזערוון, וואס מ'האט איבערן זומער אנגעפירט פון אוקראינע. דאס אלץ איז רעקוויזירט געווארן. מ'האט אפילו אראפגענומען שיינע שיך פון די פיס. די אלע רעקוויזירטע זאכן איז די דאוויד"האראדאקער באפעלקערונג געווען פארפליכטעט אליין צושטעלן צום באן אין לאכווע און לוניניעץ. דער חורבן איז געווען גרויס און איבערהויפט איז געווען גרויס דער טרויער נאך דעם אומשולדיקן קרבן ב. יודאוויטש, וועלכער איז געווען אן אנגעזעענער מענטש און איז אומזיסט געפאלן צוליב א נארישן, ניט אויסגערעכנטן שויט, וועלכער איז ניט געווען אין די יידישע אינטערעסן. דער טויט-אורטייל איז אויסגעפירט געווארן אויפן קריסטלעכן בית-הקברות און דארט האט מען קובר געווען ב. יודאוויטשן. אין א פאר וואכן ארום, האב איך אין לוניניעץ ארויס- באקומען א דערלויבעניש פון דער מיליטערישער מאכט צו ברענגען דעם קדוש צו קבר ישראל. אט אזוי, האט דאוויד-האראדאק אפגעצאלט פארן פרווו פון קעגנשטעלן זיך דער מאכט. דאס שטעטל האט נאך דעם פאל פיגורירט אויף דער שווארצער ליסטע פון די באלשעוויקעס און די ,האראדטשוקעס" זענען געווארן טויט שונאים פון דער באלשעוויסטישער מאכט.

passage_c0b0bbfb36b7cac7738638b6
Passage 2normalized OCR · source chars 1069-2159

די באלשעוויסטישע מאכט האט זיך פארשטארקט אין דער געגנט. די עקאגנאמישע לאגע איז אבער געווארן זייער א שווערע. דאס שטעטל איז פארארעמט געווארן. ס'זענען ניט געווען קיין מעגלעכקייטן פון האנדל, ס'איז אויך ניט געווען קיין ארבעט. מענטשן האבן אנגעהויבן ליידן הונגער. מ'האט זיך געלאזן איבער די דערפער, כדי צו בייטן קליידונג אויף שפייו. קיין געלט, אויסער גאלד, האט דער פויער ניט געוואלט נעמען. מיט שוועריקייטן האט מען געקראגז א פוד קארן. אין יענער צייט, האט מען זיך אנגעהויבן ארגאניזירן אין ארטעלן (קאאפעראטיוו), גענומען שטיקלעך באדן און אליין געזייט קארן מיט קארטאפל. קיין באדן האט, פארשטענדלעך. ניט געפעלט. די באלשעוויסטישע מאכט האט דאן דערקלערט א מאביליזאציע. אויסער געציילטע, האט זיך אבער קיינער ניט געוואלט מאביליזירן. ס'זענען דערגאנגען קלאנגען, אז די פאליאקן זענען ניט ווייט און דעריבער האט קיינער ניט געוואלט זיין ווייט פונדערהיים. בכדי ניט צו גיין אין מיליטער, האט מען זיך פארשריבן אויף וואלד-ארבעט אין סיענקעוויטש. די דאזיקע ארבעט האט באפרייט פון מיליטער-דינסט. הונדערטער דאוויד-האראדאקער יוגנטלעכע האבן זיך דאן פארשריבן אויף דער דאזיקער ארבעט, וווּ זיי האבן צוגעגרייט ברען-האלץ פאר די באנען.

passage_9683e0a0707136f173c3bc13
Passage 3normalized OCR · source chars 2161-3066

אין א מאנאט ארום, אבער, האבן זיך די באלשעוויקעס אנגעהויבן עוואקואירן און אין דאוויד"האראדאק זענען אריין די פאליאקן. 1 -- -דדאראדאק גייט איבער פון האנט צו האנט מיט א געפיל פון מורא און שרעק האבן די דאוויד-האראדאקער יידן אויפגענומען די פאליאקן. די קלאנגען וועגן האלטן זיך פון פוילישן מיליטער, איבערהויפט פון די ,האלערטשיקעס* לגבי די יידן, די דערגאנגענע קלאנגען וועגן א פאגראם אין לעמבערג האבן געגעבו א גרונד צו זיין שטארק באזארגט. ס'איז אנגעקומען די טרויעריקע און דערשיטערנדע ידיעה, אז אין פינסק האבן די פאליאקן דערשאסן אֶן א גרונד און אֶן שולד 35 יידישע יונגעלייט! איז טאקע ניט קוקנדיק אויף דעם, וואס פאר די באלשעוויקעס האבן די יידן אין דאוויד-האראדאק געלעבט זייער שווער, כמעט האלב הונגעריק, האט מען דאך מיט זארג געקוקט אין דער נייער צוקונפט. די פאליאקן זענען אריין אין דאוויד"האראדאק. יידן האבן זיך באמיט ניט צו ווארפן זיך אין די אויגן. דער רעזשים אין שטעטל איז געווען זייער א שווערער. צוערשט האבן זי 28

passage_41a0ec3232813a8180753e81