פארמשפט צום טויט קראפיווקען, א ייד וועלכער איז פאר די באלשעוויקעס געשטאנען אין שפיץ פון דעם פראפעסיאנעלן פאריין אין שטעטל. מ'האט געכאפט אויף צוואנגס-ארבעט. די געזעלשאפטלעכע און ציוניסטישע טעטיקייט איז גלייך אפגעשטעלט געווארן. א מורא האט ארומגענומען די גאנצע שטאט. א ביסל שפעטער איז דער רעזשים געווארן עטוואס מילדער. ס'האבן זיך אנגעהויבן הערן פראטעסטן פון אמעריקע קעגן די רדיפות אויף יידן, מארגענטוי איז געקומען אויף אן אויס- פארשונג קיין פינסק, ס'איז אויך אראפגעקומען א סיים-קאמיסיע -- ד" רדיפות האבן זיך אביסל אפגעשטעלט. דאוויד"האראדאקער יידן האבן זיך אנגעהויבן צופאסן צום נייעם לעבן. דער פראנט איז אוועק ווייט -- אזש ביז קיעוו. ס'האט זיך געשאפן א מעגלעכקייט צו פארבינדן זיך מיט פינסק. מ'האט צוביסלעך אנגעהויבן האנדלען. דער הויפט ארטיקעל איז געווען זאלץ. מיטן דאזיקן ארטיקל האט מען דאן געמאסטן דעם ווערט פון אלע סחורות. פאר א פוד זאלץ, האט מען באקומען 3 פוד קארן.
ס'האט זיך איינגעשטעלט א פארבינדונג מיט אמעריקע. ס'זענען אנגעקומען דעלעגאטן מיט הילף; פון קרובים האט אנגעהויבן אנקומען אונטערשטיצונג; דער ,דזשאינט" האט אנגעהויבן זיין טעטיק; ס'איז געשאפן געווארן אן אמעריקאנער קאמיטעט, וועלכער האט געטיילט פראדוקטן און קליידונג צווישן דער ארעמער באפעלקערונג; ערב פסח איז אנגעקומען פארן קאמיטעט מעל אויף מצות און די מצות זענען דערנאך פארטיילט געווארן צווישן דער באפעלקערונג; ס'האבן זיך געעפנט די שולעס; דאס געזעלשאפטלעכע לעבן האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען -- ס'איז געגרינדעט געווארן דאס יתומים-הויז. לאנג האט דאס אבער ניט געדויערט. אנהויב זומער פון יאר 1921 האט זיך אין דער לופט ווידער דערשפירט פולווער. די פאליאקן האבן נעבן קיעוו געליטן א מפלה און גענומען מיט אימפעט לויפן צוריק.
ס'האבן זיך אנגעהויבן קאשמארפולע טעג פאר די יידן פון דאוויד"האראדאק. צוויי וואכן נאכאנאנד, באטאַג און באנאכט, זענען דורך דער שטאט דורכגעגאנגען די אפטרעטנדע טיילן פון דער פוילישער ארמיי. מענטשן האבן זיך מורא געהאט צו ווייון אין די גאסן. צולעצט האבן די פאליאקן פארברענט דעם בריק און געבליבן שטיין אויף יענער זייט טייך. יענער טאג איז געווען דער ערגסטער. אין פארלויף פון דאזיקן טאג, פלעגן זיך די פוילישע זעלנער אריבערכאפן איבערן טייך און זיך לאזן איבער די הייזער ראבירן. ערשט באנאכט איז געווארן רואיק. די באלשעוויקעס זענען צוגעגאנגען ביז צום שטאט און אינדערפרי זענען זיי אריין אין דאוויד- האראדאק.
מיט געמישטע געפילן האט די יידישע באפעלקערונג אויפגענומען די נייע מאכט. פון איין זייט איז מען געווען צופרידן, ונאס מען איז אויסגעלייזט געווארן פון דער פוילישער מאכט, וועלכע האט באוויזן פאר דער קורצער צייט פון איר הערשאפט ארויסצוווייזן איר אנטיסעמיטישן פרצוף. איבערהויפט אלז מען געווען צופרידן, וואס ס'האט זיך סוף-סוף געענדיקט די שפאנונג פון לעצטן מאנאט. פון דער צווייטער זייט, אבער, איז דאוויד-האראדאק מיטן אריינטרעטן פון דער רויטער ארמיי, אפגעשלאסן געווארן פון דער אויסערלעכער וועלט. ס'איז איברגעריסן געווארן די פארבינדונג מיט אמעריקע און ס'איז אפגעשלאסן געווארן דער וועג קיין ארץ-ישראל, וווהין פיל יוגנטלעכע האבן זיך געגרייט עולה צו זיין. איבער נאכט, כמעט, זענען פארשוווּנדן געווארן אלע לעבנס-מיטלען, וועלכע זענען אין דער צייט פון דער פוילישער הערשאפט געווען אין א גענוגנדער מאס. די לאגע אלז געווארן א שווערע. דער האנדל האט זיך אפגעשטעלט און קיין ארבעט איז נאך דערווייל ניט געווען. די מאכט איז געווען אין מיליטערישע הענט. מ'האט אנגעהויבן, וואס אן אמת, ארגאניזירן 29