Original scan
Original memorial-book scan 369
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1119

ארטעלן און קאאפעראטייון, דערווייל, אבער, האט מען מערסטנטייל זיך פארנומען מיט מיטינגען, פארזאמלונגען און קאנצערטן. ווי פלעגט מען דאן זאגן אין דאוויד"האראדאק ?: ,ס'איז ארעם און פריילעך". ס'איז, אבער, ניט אדורך קיין לאנגע צייט און איידער מ'האט זיך באוויזן ארומקוקן איז דערגאנגען די ידיעה, וועגן דער מפלה, וואס די רויטע ארמיי האט געליטן הינטער ווארשע. ס'איז ווידער געווארן אומרואיק. די רויטע ארמיי האט אנגעהויבן גאנץ שנעל אפטרעטן. דער כאאָס איז געווען גרויס. אויף דער יידישער באפעלקערונג איז אנגעפאלן א שרעק. ווען זי האט דערהערט, או צווישן די ערשטע אָפטיילונגען פון דער אנגרייפנדער פוילישער ארמיי גייעז די באלאכאווצעס. דאס איז געווען א רוסיש-מלליטערישע אפטיילונג פון די ,ווייסע" אונטער דער אנפירונג פון גענעראל בולאק באלאכאוויטש, וועלכע האט צוזאמען מיטן פוילישן מיליטער געקעמפט קעגן דער רויטער ארמיי. אפטרעטנדיק צוזאמען מיטן פוילישן מיליטער פון הינטער קיעוו זענען זיי טרויעריק-בארימט געווארן מיט די גרויסע שחיטות, וועלכע זיי האבן איינגעארדנט אויף דער יידישער באפעלקערונג אין וואלין. חול"המועד סוכות 1921 זענען די באלשעוויקעס אפגעטראטן און הושענה-רבה באנאכט זענען אריין אין שטאט די טיילן פון בולאק באלאכאוויטשעס מיליטער.

passage_6446928bc11719cc99088829
Passage 2normalized OCR · source chars 1121-2161

די שרעק איז געווען זייער גרויס. די יוגנטלעכע און איבערהויפט די פרויען האבן זיך אויסבאהאלטן און קיינער האט ניט געוואגט זיך באווייזן אין גאס. אייניקע, מער דרייסטע, וועלכע האבן געפרוווט ארויסגיין, זענען פול מיט שרעק גלייך צוריקגעלאפן. די באלאכאווצעס, באצירטע. מיט פעדערן אין די קאקארדעס און מיט אויסגעהאפטענע סקעלעטן-קעפ אויף די היטלען. זענען ווי גיריקע חיות ארומגעלאפן איבער די גאסן. די ערשטע. וועמען זיי האבן שטארק צושלאגן, זענעז געווען הרב ר' דודל זצ"ל און מאטל דער קרעמער וועלכע, זענען שמיני-עצרת פרי געגאנגען אין בית-המדרש דאונען. דערנאך האבן זיי אנגעהויבן ראבירן די הייזער און שלאגן די יידן. מיטאג-צייט זענען אריין גרעסערע טיילן מיליטער, וועלכע מ'האט איינגעקווארטירט אין יידישע הייוער. די יידן האבן זיי באדינט און אויסגעהאלטן מיט דער האפנונג, אז זיי וועלן ניט דערלאזן אנדערע סאלדאטן אריינקומען ראבירן. אין פיל הייזער איז טאקע געווען אזוי. ס,זענען אבער אויך געווען הייזער, וווּ די זעלנער האבן צוערשט אויסקעקוקט וואס אין שטוב טוט זלך און פארן אוועקגיין האבן זיי אדער אליין אדער אונטערגעשיקט אנדערע זעלנער און צוגענומען די ווערטפולע זאכן.

passage_3f01f0a653eaa280d6dfa8fe
Passage 3normalized OCR · source chars 2163-3048

באזונדער שווער איז געווען די לעצטע נאכט פון זייער זיין אין שטאט, איידער זי זענען אוועק אויפן פראנט. יענע נאכט זענען געפאלן קרבנות. אייניקע פרויען געשענדעט און אסאך יירישע הייזער צעראבירט. די עטלעכע וואכן, מיט די באלאכאוויצעס אין שטאט, זענען געווען שרעקלעכע און קאשמארפולע פאר דער יידישער באפעלקערונג. מ'האט זיך פאר דער דאזיקער צייט געפרוווט פארבינדן מיט דער פוילישער מיליטער מאכט, אבער די עטלעכע פוילישע אפיצירן, וואס זענען געווען אין שטאט, האבן גארניט געוואלט און אפשר אויך ניט געקאָנט אויפטאן. אין די דאזיקע פאר וואכן פלעגט זיך די לאגע פון מאל צו מאל בייטן. ס'זענען עטלעכע מאל דורכגעגאוגען דורך דאוויד-ראראדאק טיילן מיליטער וועלכע זענען באשטאנען פון געווע- זענע רויט-ארמייער, וואס זענען אריינגעפאלן אין געפענגעניש צו די פאליאקן. זיי האבן זיך פרייוויליג מאביליזירט אין באלאכאוויטשעס ארמיי מיטן אויסשליסלעכן צוועק צו דערגרייכן זיך אהיים. די דאזיקע טיילן האבן זיך געהאלטן קארעקט. 200

passage_ef66b3ce0457df1e8fc1c7e4