דורך דאוויד"האראדאק איז אויך דורכגעגאנגען דער שטאב פון באלאכאוויטשעס ארמיי מיט בולאק באלאכאוויטש אין דער שפיץ. ווען די דאוויד"האראאקער יידן האבן זיך באקלאָגט פאר אים אויף דער האלטונג פון זיינע זעלנער האט ער געענטפערט, אז ער האט באפוילן ניט צו ראבירן די ציוויל באפעלקערונג; ער איז אבער ניט שולדיק אין דעם, וואס ס'זענען דא פיל יידישע קאמוניסטן קעגן וועלכע זיינע זעלנער קעמפן... וועזן די לעצטע טיילן פון באלאכאוויטשעס ארמיי זענען שוין אוועק פון שטאט און ס'האט געדארפט אריין דאס פוילישע מיליטער, האט מען געמיינט, אז דער קאשמאר איז שוין אדורך. ליידער איז נאך אבער באשערט געווען, אז די דאוויד"האראדאקער יידישע באפעלקערונג זאל דורכלעבן טויט"שרעק און אפקומען מיט אויסקויפן זיך דורך א גרויסער געלט סומע. נאכן פארלאזן דורך די באלאכאווצעס דאוויד-האראדאק, איז צוריקגעקומען א קליינע אפטיילונג פון זייער רייטער-מיליטער, צוגעפארן צום הרב ראווינסקי ז"ל, אים, און צו אים נאך א גרופע יידן, ארעסטירט און אולפגעפאדערט, אז אין משך פון 2 שעה זאל מען זיי געבן 0 טויזנט רובל. אויב ניט וועלן אלע דערשאסן ווערן. דעם רב האבן זיי באפרייט, כדי ער זאל אויפקלייבן דאס געלט אדער ווערטפולע זאכן.
ס'האט אנגענומען א שוידער צו זעז דעם רב, ווי ער איז געגאנגען איבער די גאסן מיט 2 טארבעס אנגעהאנגען אויף ביידע זייטן און מיט געוויין אויפגעפאדערט. אז יעדער זאל געבן וויפיל ער קאן. די יידן האבן אנגעהויבן טראגן גאלדענע פינגערלעך. קייטאלעך. זייגערלעך. יעדער איינער וואס ער האט נאר געקאנט און דערמיט האט מען זיך אויסגעקויפט פון די באנדיטישע הענט. אגעוויסע מאראלישע סאטיספאקציע האבן די דאוויד-האראדאקער יידן שפעטער דער- לעבט. די באלאכאווצעס, אוועקגייענדיק ווייטער, האבן געליטן א מפלה און זיי האבן געמוזט צוריקטרעטן. אין דער צייט, אבער, איז אפגעשלאסן געווארן דער ריגער שלום-טראקטאט און די פויליש-סאוויעטישע גרענעץ איז באשטימט געווארן צווישן טורעוו און דאוויד-האראדאק. ביי דער פוילישער גרענעץ, האבן די פאליאקן אנטוואפנט די אפטרעטנדע טיילן פון די באלא- כאווצעס און אַן געווער זענען זיי אויפן וועג צו די קאנצענטראציע-לאגערן אדורך דאוויד- האראדאק. די יידן זענען דאן ספעציעל ארויס אין די גאסן און אפגעלאכט און אפגעשפאָט פון די דאזיקע באנדיטן. מיט דעם האט זיך פארענדיקט דער טרויעריקער קאפיטל פון דער באנדע, וועלכע האט געבראכט צו הונדערטער יידישע קרבנות און עקאנאמיש רואינירט טויזנטער יידישע משפחות. אונטער דער פוילישער הערשאפט (1921 -- 1939).
דאוויד-האראדאק איז לויטן ריגער שלום-טראקטאט פארבליבן אין די גרעניצן פון פוילן. די גרענעץ איז דורגעגאנגען אין דארף מאלישאוו, 20 קילאמעטער פון שטעטל. די עקאנאמישע לאגע איז געווען זייער א שווערע. די שטעטל איז צעראבירט געווארן דורך די באלאכאווצעס און פאראַרעמט געווארן דורך דער מלחמה. די פאליאקן האבן איינגעפירט. אין שטאט א שטרענגן קריגס-רעזשים. נאך 8 אזייגער אוונט האט מען ניט געטארט ארויסגיין פון שטוב. ארויספארן אויסערן שטאט אֶן א ספעציעלער דערלויבעניש איז געווען פארבאטן. צוליב דער נאענטקייט פון דער גרעניץ זענען קאנטרא- לירט געווארן די באוועגונגען פון דער באפעלקערונג. די שטאט איז אפגעריסן געווארן פון אוקראינע, מיט וועלכער זי איז געווען עקאנאמיש פארבונדן. אין די באדינגונגען פון שטרענגן קריגס-רעזשים איז שווער געווען זיך צופאסן צום נייעם לעבן. 111