ערשט אין א האלב יאר ארום איז מילדער געווארן דער רעזשים און ס'איז געווארן עטוואס לייכטער. מ'האט זיך פרייער געקאנט באוועגן און ס'איז געווארן לייכטער דער פארקער. דער ,דזשאינט" האט אנגעהויבן זיין הילפס-טעטיקייט. ס'זענען געקומען דעלעגאטן פון אמעריקע, וועלכע האבן צוו. אנד. געבראכט אויך הילף פון אמעריקאנער קרובים פאר דאוויד"-האראדאקער איינוווינער. זיי האבן אויך דערמעגלעכט די משפחות, וועמענס פאטערס און מענער זענען שוין פון פריער געווען אין אמעריקע, עמיגרירן קיין אמעריקע. ס'האט זיך דאן אנגעהויבן א גרויסער עמיגראצע שטראם. נאך די גרויל איבערלעבונגען אין צייט פון קריג, האט מען ניט געוואלט פארבלייבן אין דאוויד-האראדאק. צוערשט איז ידער עמיגראציע שטראם געגאנגען קיין אמעריקע. דערנאך, אז ס'איז שווערער געווארן צו פארן קיין אמעריקע, איז מען געפארן קיין קאנאדע, קובא, ארגענטינע. מ'איז געפארן וווּ ס'האט זיך נאר געלאזט. ס'האט זיך אויך געגרינדעט א החלוץ-גרופע, כדי עולה צו זיין קיין ארץ-ישראל, אבער צוליב די געשעענישן אין יאר 1921 אין ארץ-ישראל, איז די עליה אפגעשטעלט געווארן און די גרופע איז געבליבן אין דאוויד-האראדאק.
די עקאנאמישע לאגע האט זיך צוביסלאך אנגעהויבן פארבעסערן. ס'איז פארגעקומען די דעוואלואציע כון פוילישן מארק און סחורה האט אנגעהויבן ווערן טייערער פון טאג צו טאג. כמעט אלע האבן דאן אנגעהויבן האנדלען. קראמען זענען געוואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן. מ'האט אנגעהויבן פארדינען ,מיליאנען". אט אזוי האט זיך דאס געצויגען ביז דער סטאביליזאציע פון דער פוילישער מטבע. די ווערטלאזע מארקן, זענען פארביטן געווארן אויפן פולווערטיקן פוילישן זלאטי. די גאנצע וואקכאנאליע האט זיך געענדיקט. אלע נייע סוחרים זענען צוריק ארויסגעשטויסן געווארן פון האנדל און ס'איז געווארן שווער צו פארדינען א גראשן. דערצו איז נאך צוגעקומען דער באוווסטער שטייער-סיסטעם פון דאמאלסדיקן פוילישן פינאנס-מיניסטער גראבסקי, וועלכער האט ארויפגעלעגט אויף די יידישע סוחרים און האנטווערקער אומגעהויער הויכע שטייערן און זיי שטארק פארארעמט.
אינצווישן האט זיך ארגאניזירט דאס געזעלשאפטלעכע און פאליטישע לעבן אין שטעטל. ס'זענען אויפגעשטאנען פאליטישע פארטייען, יוגנט באוועגונגען, ס'האבן זיך געגרינדעט געזעלשאפטלעכע, קולטורע און וווילטעטיקע אינסטיטוציעס. די יידישע באפעלקערונג פון דאוויד-האראדאק און איבער הויפט די יוגנט האט זיך מיט ברען, טעמפעראמענט און אויסערגעוויינלעכער איבערגעבנהייט אריינגעווארפן אין דער דאזיקער ארבעט. ס'איז געגרינדעט געווארן אנ'העברייאישע ,תרבות" פאלקס-שולע, וועלכע איז מיט דער צייט געווארן, איינע פון די בעסטע אין פוילן. ס'זיינען געגרינדעט געווארן בענק., ווי די ,פאלקס-באנק? און ,סוחרים-באנק". ס'האט זיך אנטוויקלט א שיינע און פארצווייגטע ארבעט ארום דעם יתומים-קאמיטעט. ס'זענען אויפגעשטעלט געווארן ביבליאטעקן, ספארט-קלובן, דראמאטישע קרייזן, א.א.וו. מיר וועלן זיך, אבער, יעצט ניט אפשטעלן גענויער אויף די אלע אינסטיטוציעס, -- וועגן דעם, וועלן מיר באזונדער שילדערן אין די שפעטערדיקע קאפיטלען. נאך דער פללסודסקי איבערקערעניש האט זיך די לאגע אנגעהויבן מער סטאביליזירן. די יידן האבן געפירט א מערזווייניקער רואיקן לעבן. מ'האט זיך מפרנס געווען פון מסחר און מלאכה. דאס לעבן איז אבער געווען מאנאטאן און ניט אינטערעסאנט.
דאס קומען צו דער מאכט פון היטלערן אין דייטשלאנד, האט נאך מער פארשטארקט, דעם אזוי אויך עקזיסטירנדן אנטיסעמיטיזם אין פוילן. ס'האבן זיך אין די פוילישע שטעדט אנגעהויבן פאגראמען אויף אידן, מ'האט אנגעהויבן שיקאנירן די יידישע סטודענטן, ס'איז איינגעפירט געווארן די נייע טרויעריק-בארימטע ,אֶוושעם*-פאליטיק אין ווירטשאפט-לעבן, ד.ה. 2