די פאליטיק פון באיקאט פון יידישן סוחר, קרעמער, האנדווערקער, און פאבריקאנט. קיין דאוויד- האראדאק זענען ספעציעל אראפגעבראכט געווארן עטלעכע פאליאקן, וועלכע האבן געעפענט קראמן און קאנקורירט מיט יידישע קרעמער, די לופט איז געווארן אנגעזאפט מיט זאאלאגישן אנטיסעמיטיזם און טראץ דעם, וואס אין דאוויד-האראדאק איז דער דאזיקער אנטיסעמיטיזם ניט געקומען אין אזא בולטער פארם צום אויסדרוק, ווי ס'איז געווען אין אנדערע פוילישע שטעט (דאס דערקלערט זיך דערמיט, וואס אין דאוויד-האראדאק האבן די פאליאקן געבילדעט 10--5 פראצענט פון דער באפעלקערונג און די איבעריקע 95%--90 זענען געווען יידן און ווייסרוסן -- די ,האראדטשוקעס", וועלכע האבן זיך אליין אויך געפילט באעוולט פון דער פוילישער מאכט), טראץ דער רואיקייט אין שטעטל. זענען אבער די יידן געוועזן שטארק באאומרואיקט. באזונדערס האפנונגסלאז איז געווען די לאגע פון דער יוגנט. די, וועלכע האבן געקענט זענען מיט אלע וועגן אוועק פון שטעטל, די מערהייט האט עולה געווען קיין ארץ-ישראל און די וועלכע האבן ניט געקענט, צוליב די עליה-באגרענעצונגען. עולה זיין (זיי זענען געווען די איבער- וועגנדע מערהייט פוז דער שטעטלשער יוגנט), האבן פאר זיך קיין אויסוועג ניט געזען.
די יידן האבן געווארט אויף בעסערע צייטן, ניט וויסנדיק און ניט גלויבנדיק, אז זיי וועלן קומען. מ'איז געווען פארביטערט און פול מיט האס צו דער פוילישער אנטיסעמיטישער מאכט. אינצווישן האט זיך אבער מיט ריזן שריט אנגעהויבן דערנענטערן די סכנה פון א פויליש- דייטשישער מלחמה. היטלער האט, נאך זיינע ;פריינטשאפט"-זשעסטן צו פוילן און נאכדעם, ווי ער האט מיט זיין אנטיסעמיטישן גייסט פארסמט די אטמאספער אין פוילן און אפגעצויגן אזוי ארום די אויפמערקזאמקייט פון די פאליאקן פון דער אמתער סכנה וועלכע דראָט זיי, אנגעהויבן ארויסשטעלן זיינע טעריטאריאלע פאדערונגען פון פוילן. די סכנה פון א מלחמה האט זיך דערנענטערט פון טאג צו טאג, פון שעה צו שעה און פון מינוט צו מינוט. די יידן האבן דערפילט, אז ס'רוקט זיך אן א שווארצע כמארע. מ'האט פארגעסן די אלע ביזאהעריקע חשבונות מיט די פאליאקן, מ'האט זיך געשטעלט צום דינסט פון דער פוילישער מאכט, כדי צו קעמפן האנט ביי האנט קעגן געמיינזאמן שונא. דעם 1"טן סעפטעמבער 1939 -- פרייטיק פרי -- האבן די היטלעריסטישע חיילות באפאלן פוילן. די יידישע באפעלקערונג פון פוילן, אוז בתוכם די דאוויד-האראדאקער יידן, האבן זיך געשטעלט צום קאמף מיט דעם הלטלעריסטישן שונא. ס'האט זיך דערנענטערט דער אנהויב פון טרויעריקז סוף פון יידישן ישוב אין דאוויד- האראדאק.
מיר וועלן יעצט איבערייסן די כראנאלאגישע שילדערונג פון די געשעענישן אין דאוויד- האראדאק --. מיר וועלן דאס טאן אין סוף פון אונזער דאזיקער ארבעט -- און מיר וועלן איבערגיין צו שילדערן די פאליטישע, געזעלשאפטלעכע און קולטורעלע אנשטאלטן אין שטאט פאר דער צייט פון צווישן ביידע וועלט-מלחמות. פאליטישע, קולטורעלע און געזעלשאפטלעכע אנשטאלטן אין ד.-האראדאק א. די ציוניסטישע באוועגונג : דאוויד-האראדאק איז געווען ציוניסטיש געשטימט נאך פון די צייטן פון די חובבי-ציון. ווי ס'איז שוין פריער דערמאנט געווארן, איז די שטעטל געשטאנען אונטער דער השפעה פון ליטווישן יידנטום. פון דארט איז אין דאוויד-האראדאק געקומען די השכלה-באוועגונג אין סוף פון 19-טן יארהונדערט ; פון דארט איז אויך געקומען די ציוניסטישע באוועגונג. 3