פרץ סמאלענסקין'ס ,התועה בדרכי החיים" און אברהם מאפו'ס ,אהבת ציון" און ,אשמת שומרון" האבן צוזאמען מיטן ש"ס באצירט די שענק פון א סאך דאוויד-האראדאקער הייזער. אין דאוויד"האראדאק האט מען געלייענט די העברעאישע פרעסע. די הצפירה'ס האט מעז געקליבן און איינגעבונדן. נחום סאקאלאוו'ס ערב-שבתדיקע ארטיקלען פלעגט מען ניט נאר לייענען, נאר לערנען. מ'האט זיך אולך באמיט צו דערציען אין ציוניסטישן גייסט דעם יונגן דור. צו דעם צוועק האט מען געבראכט אין דאוויד"האראדאק די בעסטע לערער, וועלכע האבן איינגעפירט דעם אזוי גערופענעם ,חדר מתוקן", וווּ מ'האט געלערנט עברית בעברית. נאך פאר דער ערשטער וועלט-מלחמה, זענען אין דאוויד-האראדאק געווען יוגנטלעכע קרייזן, וועלכע האבן גערעדט צווישן זיך אוסשליסלעך עברית. אין יאר 1915 האבן דאוויד"האראדאקער יוגנט- לעכע איינגעארדנט, לויט זייער אייגענער איניציאטיוו, אן אומלעגאלע אזכרה נאך דיר הערצל.
די קרן"קיימת מארקעס, האט מען אין דאוויד"האראדאק פארקויפט אויף חתונות גלייך ווי זיי זענען אנטשטאנען. שמעון לייכטמאן און שלמה ראזמאן, פלעגן אויף יעדער חתונה קומען פארקויפן די דאזיקע מארקעס. ערב יום-כיפור פלעגט מען זיצן אין אלע שולן מיט קערות פארן קרן הישוב. ווער ס'פלעגט מנדב זיין 25 קאפיקעס איז זיין נאמען געווען אפגעדרוקט אין ספעציעלן בוך. דער ,סלאנימער" רב זצ"ל -- פלעגט מנדב זיין א רובל. . צוליב דער מלחמה און צארישן רעזשים, איז שווער געוועז צו אנטוויקלען א ברייט- פארצווייגטע ציוניסטישע טעטיקייט ; אונטער פארשיידענע אויסריידן, אבער, פלעגן פארקומען פארזאמלונגען און פייערונגעז אויף פארשיידענע ציוניסטישע טעמעס.
א שטארקע ציוניסטישע ארבעט האט זיך אנגעהויבן נאך דער קערענסקי איבערקערעניש פון פעברואר 1917. עס זענען אזוי ווי פון א לעטארגישן שלאף אויפגעשטאנען, די אין משך פון יארן פארבארגענע פאלקס-כוחות און וועלנדיק אָניאַגן די דורכגעלאזענע יארן פון אומטעטיקייט, זיך מיט דעם גאנצן ברען, מיט דער גאנצער ענערגיע, פול מיט האפענונג און גלויבן אין די גרויסע מעגלעכקייטן, וואס די רוסישע רעוואלוציע גיט פארן יידישן פאלק, אריינגעווארפן אין דער ציוניסטישער טעטיקייט. די גאנצע באפעלקערונג פון שטעטל איז דאן געווען געזעלשאפטליך און פאליטיש טעטיק. צו זיין אן אומפארטייאישער איז דאן געווען א חרפה. פאקטיש זענען דאן קיין אומפארטייאישע כמעט ניט געווען. מ'האט אזוי ווי, פארלאזן די דאגות פרנסה און עקזיסטענץ און זיך פארנומען מיט פארטייאישער ארבעט. מיטן גאנצן ברען האט מען זיך אריינגעווארפן אין דער וואל-קאמפאניע צו דער גרינדונגס-פארזאמלונג וואס איז דאן פארגעקומען אין רוסלאנד. מ'האט ארגאניזירט די יידישע קהילה, געעפנט א גרויסע העברעאישע שולע, געגרינדעץט א ביבליאטעק, אויפגעשטעלט קאאפעראטיוון און געווען טעטיק אויף אלע געביטן פון שטאטישן און קהילה-לעבן.
שטילער איז געווארן דאס געזעלשאפטלעכע לעבן; ווען די באלשעוויקעס האבן פאר- כאפט די מאכט. אבער, ווי נאר די דייטשן זענען אריין אין דאוויד-האראדאק, האט זיך צוריק אנגעהויבן די ציוניסטישע טעטיקייט. אין יענער צייט איז אנגעקומען די בשורה וועגן דער באלפור-דעקלאראציע און דאס האט נאך מער אויפגעמונטערט די ציוניסטישע טעטיקייט. דאס האט אבער ניט לאנג געדויערט. די דייטשן האבן אפגעטראטן, די באלשעוויקעס זענען צוריק אריין און ס'איז ווידער אפגעשטעלט געווארן די גאנצע ציוניסטישע ארבעט. ווי נאר ס'איז אדורך די שטורמישע צייט פון דער פויליש-באלשעוויסטישער מלחמה און ס'האט זיך אין דאוויד"האראדאק איינגעשטעלט די ציווילע מאכט, האט צוריק אויפגעלעבט אן אינטענסיווע ציוניסטישע טעטיקייט. דער ערשטער באזוך פון קרן-היסוד פארשטייער ד"ר חיימזון אין יאר 1923 איז פאר- וואנדלט געווארן אין א גראנדיעזער דעמאנסטראציע פארן ציוניזם. די אקציע פארן קרן-היסוד 4