Original scan
Original memorial-book scan 374
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-960

איז דורכגעפירט געווארן מיטן אנטייל פון דער גאנצער יידישער באפעלקערונג אין דאוויד- האראדאק. ס'איז ניט געווען קיין איין יידישע משפחה, אפילו די ארעמסטע. וועלכע האט ניט דעקלארירט פארן קרן-היסוד. נאך שטארקער איז געווען דער איינדרוק פון באזוך פון קרן-קיימת פארשטייער, י. מנוח. פון דגניה. אין שטעטל האט דאן געהערשט א פולשטענדיקע יום-טוב שטימונג. עפעס א קלייניקייט! א ארץ-לשראל דעלעגאט! מ'איז סתם געווען נייגעריק א קוק טאן אויף אים. מ'האט געוואלט זען, ווי ס'זעט אויס אן אמתער יידישער ערד ארבעטער. אן אומגעוויינלעכער ענטוזיאזם האט דאן ארומגענומען אלע איינוווינער פון שטעטל. די יידן אין דאוויד"האראדאק האבן דאן פשוט געאטעמט מיט ארץ-ישראל-לופט. דער באזוך פון י. מנוח האט געשטארקט דעם יידישן גייסט און באוווסטזיין. דאס איז געווען דער ערשטער אונדירעקטער קאנטאקט מיט א יידישן פויער פון ארץ-ישראל און דאס האט צוגעגעבן מוט, נאציאנאלן שטאלץ און זעלבסט- ווירדע דעם דאוויד-האראדאקער ייד. הגדוד השני למען הקהק"ל בדויד"הורודוק דער צווייטער ,גדוד" פארן קרן קימת אין דאוויד"האראדאק

passage_2f8636463efff8b8c8b60c71
Passage 2normalized OCR · source chars 962-1534

מיטן באזוך פון י. מנוח איז ארגאניזירט געווארן דער ,גדוד הקרן-הקיימת" אין שטעטל, וועלכער האט עקזיסטירט ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, האט געפירט א ברייט-פארצווייגטע ארבעט פארן קק"ל און האט קאנצענטרירט ארום זיך ציוניסטן (לייען: די יידישע באפעלקערונג) פון אלע ריכטונגען -- יונג און אלט. צו יענער צייט, האט זיך אויך אנגעהויבן די עליה קיין ארץ-ישראל און פון דאוויד- האראדאק זענען דאן געפארן חלוצים און אויך גאנצע משפחות ווי: א. י. שאפער, נח גראנאדיר, א. טורקעניטש, א. שאסטאקאווסקי און יבדלו לחיים ל. דושניק, ד. רימאר, א. לאכאווסקי, ש. מעסטער, ז. פאין, און אנד. 5

passage_3bb46f65e4f86179a1588586