Original scan
Original memorial-book scan 384
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-927

אויסער די אויבנדערמאנטע 2 יוגנט-באוועגונגען ,פרייהייט"* און ,הנוער הציוני", זענען טעטיק געווען אין דאוויד"האראדאק נאך 2 ציוניסטישע יוגנט באוועגונגען, דער ,השומר הצעיר" און ,בית"ר". דער ,השומר הצעיר" איז געגרינדעט געווארן אין שטעטל אין יאר 1927. ער האט געפירט א שיינע דערציאונגס ארבעט צווישן דער יוגנט פון שטעטל. זייענדיק גלייכצייטיק אקטיוו אויפן געביט פון קק"ל ארבעט. ער האט זיך אריינגעפלאכטן אין די ראמען פון דער ליגע פארן ארבעטנדן ארץ-ישראל און האט אנטיילגענומען אין אלע אירע אקציעס. דער ,השומר הצעיר" האט געשיקט פיל חברים אויף הכשרה און די מערהייט פון זיי האבן באוויזן פולה: צו [יין: דער ,בית"ר" איז אין דאוויד-האראדאק געגרינדעט געווארן אין יאר 1929. אויך ער האט געשיקט זיינע חברים אויף הכשרה און די מערהייט פון זיי האבן עולה געווען. ווי ס'איז שוין אויבן דערמאנט געווארן איז דאוויד"האראדאק געווען דורכאויס א ציוניס- טישע שטאט. קיין ,בונד" האט אין שטעטל אין דער צייט פון צווישן ביידע וועלט-מלחמות איבערהולפט ניט עקזיסטירט.

passage_705b96691b882a26a06fad09
Passage 2normalized OCR · source chars 929-1853

אלס רעזולטאט פון דער רעאקציאנערער און אנטיסעמיטישער פאליטיק פון דער פוילי- שער רעגירונג און שווערער עקאנאמישער און אומבאהאלפענער לאגע פון דער יידישער יוגנט. האט זיך אין דאוויד-האראדאק געבילדעט א קליינע גרופע פון קאמוניסטן. די צאל זייערע האט אפילו ניט דערגרייכט קיין צענדליק. זיי האבן קיין איינפלוס ניט געהאט אין שטאט. די דאזיקע גרופע איז אינגאנצן צופאלן געווארן, נאכדעם. ווי מ'האט עטלעכע פון זיי ארעסטירט. א טייל פון די באפרייטע פון תפיסה, זענען דערנאך אוועקגעפארן קיין... ארץ-ישראל. די איבעריקע זענען געבליבן אין דאוויד"האראדאק, צוריקציענדיק זיך אינגאנצן פון קאמוניסטי- שער טעטיקייט. ערשט ווען די סאוויעטן זענען אין יאר 1939 אריין אין דאוויד"האראדאק זענען זיי געווען צווישן די ארטיקע קאמוניסטישע אקטיוויסטן און זיי האבן ניט ווייניק צרות דערנאך אנגעטאן די ציוניסטישע עסקנים. אדאנק זייערע מסירות צו נ.ק.ג.ב. זענעז ארעסטירט געווארן פיל ציוניסטישע פירער פון שטעטל. ב .די סאציאליסטישע באוועגונגען אין זאוויר האראד%ק אץ יאר 1905

passage_48f1b1216ad9155f3e64392e
Passage 3normalized OCR · source chars 1855-2905

ליידער האבן מיר ניט קיין מאטעריאלן, וועלכע זאלן אונז באלויכטן דאס יאר 1905 אין דאוויד"האראדאק. מיר האבן ניט קיין אנדער ברירה, ווי צו שעפן אונזערע קארגע ידיעות וועגז דער דאזיקער שטורמישער תקופה פון זכרונות פון מענטשן, וואס האבן אליין אפילו אקטיוו ניט אנטייל גענומען אין די געשעענישן. פון די אלע זכרונות איז צו פארשטיין, אז אין יאר 1905 איז אין דאוויד-האראדאק געווען ארגאניזירט א קליין גרופע פון ,בונד" אונטער דער אנפירונג פון העלפאנט (א. ליטוואק), א בונדאוויעץ, וואס איז, לויט קלאנגען. געווען אויף פארשיקונג אין דאוויד"האראדאק. ס'איז אויך געווען א גרופע פון סאציאליסטן-טעריטאריאליסטן. וועגן זיי האבן מיר אפילו א היסטארישן באווייז. -- אין אמעריקאנער ,פארווערטס" איז זיינער צייט אפגעדרוקט געווארן א בילד פון 0 מיטגלידער פון דאוויד"האראדאקער סאציאליסטן-טעריטאריאליסטן (דאס דאזיקע בילד גיבן מיר אויך אין אונזער יזכור-בוך). ס'האט אין דאוויד"האראדאק דאן אויך עקזיסטירט די פועלי- ציון פארטיי. לויט די דערציילונגען האבן די אלע סאציאליסטישע באוועגונגען ארומגעכאפט גרויסע טיילן פון דער יוגנט. א געוויסע צייט, זענען זיי געווען די הערשער פון שטעטל. זיי האבן 25

passage_a5b83bb66d6bfcce835d99bc