ארגאניזירט א זעלבסטשוץ און געהאט געווער. זיי האבן געפאדערט פארן ארבעטער א 12* שעהדיקן ארבעטס-טאג. די ארבעטער אליין, האבן אפילו ניט געוואלט אזוי ,ווייניק" ארבעטן, אבער די רעוואלו- ציאנערן פלעגן קומען און מיט געוואלד זיי אראפנעמען פון דער ארבעט. ס'זענען געווען פאלן, ווען קינדער רעוואלוציאנערן פלעגן קומען צו זייערע עלטערן, וועלכע האבן באשעפטיקט ארבעטער, כדי אראפצונעמען די לעצטע פון דער ארבעט. אויסער דעם, האבן זיך די רעוואלו- ציאנערן פארנומען מיט בילדונג און זעלבסטבילדונג. מיטן דורכפאל פון דער רעוואלוציע, זענען אויך צעפאלן געווארן די אלע ארגאניזאציעס אין דאוויד"דראראדאק. אייניקע האט מען ארעסטירט און ארויסגעשיקט, אסאך זענען אנטלאפן קיין אמעריקע און די איבעריקע האבן אין דער געפערלעכער צייט פארלאזט די שטעטל. כדאי דא צו באמערקן, אז נאך דער קערענסקי רעוואלוציעץ, פון יאר 1917 האבן אין דאוויד"האראדאק איבערגעבליבענע פועלי-ציוניסטן צוריק אויפגעשטעלט זייער ארגאניזאציע. און די אלע אלטע רעוואלוציאנערן האבן זיך זייער אקטיוו און געטריי באטייליקט אין דער ארבעט. זיי האבן באוויזן צו ארגאניזירן אלע ארבעטער און סימפאטיקער און געוועז זייער טעטיק.
זיי האבן געפירט א ברייט פארצווייגטע ארבעט, ארגאניזירנדיק פארלעזונגען, אוונט- קורסן, א דראמאטישן קרייז, א ביבליאטעק, קאאפעראטיוון און אנגעפירט מיט דער פראפע- סיאנעלער באוועגונג. די שטעטל האט זיך אין יענער צייט צעטיילט אויף 2 טיילן -- אלגעמיינע ציוניסטן און פועלי-ציון. בעת די וואלן צו דער גרינדונגס-פארזאמלונג אין רוסלאנד, האט די ציוניסטישע ארגאניזאציע באקומען מיט 120 שטימען מער ווי די פועלי-ציון. 740 שטימען קעגן 620. מיטן אריבערגיין פון דאוויד"האראדאק צו די באלשעוויקעס האט זיך די לאגע געענדערט. א טייל פוע"צ-פירער זענען אריבער צו די באלשעוויקעס. דער גרעסטער טייל, אבער, פון די פירער און כמעט די גאנצע מאסן חברים, זענען נאך זיי ניט געגאנגען. | זיי זיינען אבער פאליטיש אפגעשטארבן. פון דער גאנצער דאמאלסדיקער מעכטיקער פועלי-ציון ארגאניזאציע זענען געבליבן נאר זכרונות. ג. קולטור אינסטיטוציעס ווי מיר האבן שוין אין א פאריקן קאפיטל אנגעוויזן איז דאוויד-האראדאק געווען קולטורעל אונטער דער השפעה פון ליטווישן יידנטום.
די השכלה באוועגונג האט אין פאריקן יארהונדערט אריינגעדרונגען אין שטעטל דורך די בחורים, וואס האבן געלערנט אין די ליטווישע ישיבות און מערסטנטייל דורך די דאוויד- האראדאקער יידישע סוחרים, וועלכע האבן זיך אין זייערע נסיעות אנגעטראפן מיט די נייע ווינטן, וואס האבן אנגעהויבן בלאזן אין די גרעסערע יידישע צענטערן. זיי זענען אויך געוועז די, וועלכע האבן פון זייער געשעפטס-פראקטיק געפילט, אז ס'איז דא א נויטווענדיקייט צו געבן זייערע קינדער א ברייטערע און אלגעמיינערע בילדונג ווי די וועלכע איז געגעבן געווארן אין די חדרים און ישיבות. צו דעם צוועק, האט א. י. שאפער, מ. י. ליפשיץ א. אנד. געבראכט אלס לערער אין דאוויד-האראדאק דעם באוווסטן י. ש. אדלער, וועלכער האט איינגעפירט א נייעם לערן-סיסטעם און האט געלייגט דעם יסוד פאר א מאדערנער און ציוניסטישער דערציאונג. אויך די איבעריקע לערער פון שטעטל האבן זיך באמיט זיך צופאסן צו דער נייער צייט און אנגעהויבן לערנען עברית בעברית. דאס זענען געווען די לערער ש. לייכטמאן, ש. זאגא- 16