ור 4 9 1 תרבות הספר העבריבדויד'הורדק. תרע"ח. ראדסקי און י. בעגון, וועלכע זענען שוין ניט געווען דער באוווסטער טיפ פון יידישן מלמד, נאר זענען שוין געווען לערער, וואס האבן דערפילט א גרויסע נאציאנאלע און ציוניסטישע שליחות דורך דערציען א נייעם יידישן דור. זיי זענען אויך געוועז די טרעגער פון ציוניזם אין יענער צייט. די עלטערן האבן זיך שפעטער אויך באמיט צו עפנען א מיטל-שול אין שטעטל. די דאזיקע רעגירונגס-שולע איז טאקע דערנאך דערעפנט געווארן. דאס איז געווען די שטאטישע- שולע אין דער רוסישער שפראך (,גאראדסקאיע אוטשילישטשע"), וועלכע האט שטארק מיט- געהאלפן דער יוגנט אריינדרינגען אין די מיטעלע און העכערע רעגירונגס-שולן און אזוי ארום באקומען מיטעלע און העכערע בילרונג. נאך דער פעברואר רעיואלוציע אין 1917 איז אין דאוויד-האראדאק דערעפנט געווארן א העברעאישע שולע אונטער דער אנפירונג פונם לערער. מאניעוויטש. מיט דער מיטהילף פון די ארטיקע לערער י. זעלדין, ר. שאפער, י. קאשטאן און י. מארגאלין איז די שולע אוועק- געשטעלט געווארן אויף א הויכן ניווא. די שולע האט דערפילט א צוייענדיקע שליחות. זי האט געלערנט די קינדער און גלייכצייטיק איז זי געווען דער צענטר פון ציוניסטישער טעטיקייט און נאציאנאלן באוווסטזיין. די העברעאישע שולע האט עקזיסטירט ביזן יאר 1920. אין די שטורמישע מלחמהדיאר]ן. 317
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1178
passage_5ea42d62cab13c34bfdf46f4