ווען דאוויד-האראדאק איז אריבער פון האנט צו האנט, איז אוממעגלעך געווען צו פירן א נארמאלע דערציאונגס ארבעט. נאך דער פויליש-באלשעוויסטישער מלחמה. ווען ס'האט זיך איינגעשטעלט א נארמאל לעבן אין שטעטל, איז געווען די ערשטע זארג צוריק אויפצושטעלן די שולע. יריית אבן הפינה לבנין החדש של בית הספר ,תרבות" שנת תרפ"ז אין יאר 1924 איז פונדאסניי געגרינדעט געווארן די העברעאישע ,תרבות"-שולע אונטער דער אנפירונג פון ר. מישאלאוו. נישט אין די ראמען פון דער דאזיקער ארבעט איז דא פלאץ גענוי זיך אפצושטעלן אויף דער געבענטשטער טעטיקייט פון דער ,תרבות"-שולע אין דאוויד"האראדאק, וועלכע האט זיך אנגעהויבן אלס שולע פון 3 קלאסן און האט זיך מיט דער צייט אנטוויקלט צו א 7 קלאטיקער פאלקס-שולע -- איינע פון די בעסטע אין פוילן, -- וועלכע האט ביז איר ליקווידאציע אין יאר 0 דערלעבט צו 11 ארויסלאזן פון הונדערטער יוגנטלעכע. ניט לייכט איז געווען צו פארפעסטיקן די ,תרבות"-שולע און ברענגען איר צו א צושטאנד פוז קענעז אן געפאַרן שטיין אויף די אייגענע פיס.
די שולע האט ניט באקומען קיינע סובסידיעס פון רעגירונגס אדער מוניציפאלע אינסטאנצן. די פארשיידענע איינריכטונגען אין דער שולע גופא זענען געלעגן אויף די פלייצעס פון +י עלטערן פון די קינדער. וועלכע האבן געלערנט אין דער שולע. דער לערער-פערטאנאל ראט עקזיסטירט נאר פון שכר לימוד. אז מיר וועלן נעמען איז באטראכט די גרויסע ארעמקייט. וועלכע האט דאן געהערשט אין שטעטל, וועלן מיר דאן ערשט פארשטיין מיט וואסערע שוועריקייטן די שולע האט זיך צו יענעם מאמענט געראנגעלט. בלויז אדאנק דער אויסער- געוויינלעכער איבערגעגעבנהייט פון א גרופע עסקנים אין שטעטל. אדאנק דעם פאטריאטיזם פון דעם לערערזפערסאנאל און אדאנק דעם נאציאנאלן באוווּסטזיין פון די עלטערן. וועלכע האבן כמעט אין 100 פראצענט געשיקט זייערע קינדער אין דער ,תרבות"-שולע, טראץ דעם וואס דא האט מען געדארפט צאלן שכר-לימוד און דער שטאטישער פוילישער רעגירונגס- שולע האט מען קיין גראשן ניט געדארפט צאלן. 218