די אלע דריי פאקטארן -- דער גרופע עסקנים., דעם לערער פערסאנאל, און די עלטערן איז צו פארדאנקן די עקזיסטענץ און דל פארפעסטיקונג פון דער ,תרבות"-שולע. ארויפגעהויבן די שולע אויף א גאר הויכן ניווא, אזוי, אז זי איז דערגאנגען צו א צושטאנד פון איינע פון די בעסטע ,תרבות"-שולן אין גאנץ פוילן האט דער צווייטער מנהל פון בית-ספר, דער לערער אבראשא אלשאנסקי. נאכן ענדיקן דעם ,תרבות*-סעמינאר אין ווילנע, האט ער צוערשט אלס לערער און דערנאך אלס מנהל פון בית-ספר אוועקגעגעבן זיין גאנצע ענערגיע און צייט דער שולע, פירנדיק איר פון יאר צו יאר אלץ העכער און העכער. ער איז געווען דער, וועלכער האט אין יאר 1931 געגרינדעט די ,בני-דיהודה", ד.ה. די העברעאיש-ריידנדע יוגנט אין פוילן. ערשט דערנאך האט זיך די דאזיקע באוועגונג פארשפרייט איבער אנדערע שטעט און שטעטלעך פון פוילן, זי האט אבער אין ערגעץ ניט אנגענומען אזא ערנסטן כאראקטער ווי אין דאוויד-האראדאק. כדאי אפצושטעלן זיך אינקורצן אויף דער ,בני-יהודה" באוועגונג אין דאוויד-האראדאק. אנגעהויבן האט זי זיך לויט דער איניציאטיוו פון מנהל פון שולע אבראשא אלשאנסקי.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-986
passage_9caa8683b968ce682203178d
Passage 2normalized OCR · source chars 988-1487
ער האט איבערצייגט עטלעכע שול קינדער, אז שילער פון א העברעאישער שולע, וועלכע וועלן מיט דער צייט עולה זיין קיין ארץ-ישראל דארפן אנהויבן ריידן עברית ניט נאר אין שולע, נאר אויך אין שטוב, אין גאס און צווישן זיך, און אויך מיט די עלטערן. ברידער, שוועסטער, שכנים, באקאנטע, מיט איין ווארט מיט אלעמעז. פון א קליין גרופע קינדער האט זיך די דאזיקע באוועגונג פארשפרייט אויף אלע שול קינדער. צְ ל 0 ו גןזילדים ע"י בי"ס ,,תרבות* בדויד הורודוק שנת תרפ"ת קינדער-גארטן ביים ,תרבות" שול אין דאוויד"האראדאק -- 1928 1
passage_1bd8a019587b122eb905ccb8