א קינד, וואס האט זיך אנגעשלאסן אן דער ,בני-יהודה?" באוועגונג איז געווען פאר- פליכטעט צו ריידן בלויז עברית הן אין שטוב. הן אין גאס, הן אין קראם, וווּ ער איז געגאנגעז קויפן א העפט אדער א ביכל. מיט א ייד האט א מיטגליד פון ,בני-יהודה? גערעדט בלויז עברית. פארשטענדליך, אז די ערשטע צייט איז געווען שווער פאר די עלטערן, וועלכע האבן ניט פארשטאנען קיין עברית און ס'פלעגט דערגיין אפטמאל צו זייער אינטערעסאנטע קוריאזן, אבער די קינדער האבן זיך געהאלטן פעסט ביי זייער באשלוס און ס'האט ניט געדויערט קיין פיל צייט און די עלטערן אין שטעטל און קרעמער אין קראם און דער דערוואקסענער אין גאס האט נלט נאר אנגעהויבן צו פארשטיין עברית, נאר אויך אנגעהויבן ענטפערן אויף עברית. קריסטלעכע דינסטן אין יידישע הייזער האבן אויך אנגעהויבן פארשטיין און אפילו ריידן עברית. מיט ניי-געבוירענע קינדער האט מען אנגעחויבן גלייך ריידן עברית.
ס'דערמאנט זיך דער באזוך פון יוסף באראץ אין דאוויד"האראדאק. נאך איידער ער איז אנגעקומען אין שטעטל האט ער געהערט וועגן דעם ווגנדער פון ,תל-אביב דפולסיה" -- אזוי האט מען דאן גערופן דאוויד"האראדאק צוליב דעם עברית ריידן -- ס'האט זיך אים אבער ניט געלאזט גלויבן. אז ס'איז טאקע אזוי. כדי אים צו איבערצייגן אין דער ריכטיקייט פון דעם, איז מען מיט אים ארויס אין גאס און ווען ער האט באגעגנט צופעליק א קינד האט ער זיך צו אים געווענדעט אויף יידיש, מיינענדיק, אז ער וועט באקומען אן ענטפער אויף יידיש. וויפיל קינדער ער האט באגעגנט, האט ער פון אלע געהערט ענטפערס נאר אין עברית... א קינד, וואס האט געהערט צו ,בנידיהודה" האט, ניט קוקנדיק אויף זיינע קענטענישן באקומען א ,5" (זייער גוט -- טוב מאד) אויף דער צייגניש פאר ,עברית". די ערשטע צייט האבן די קינדער ארגאניזירט א מין אויסשפיר גרופע, וועלכע האט געהאט די אויפגאבע צו קאנטראלירן צו דער נייער מיטגליד פון ,בני-יהודה" האלט זיין שבועה און רעדט נאר און אויסשליסלעך עברית (ביים אנגענומען ווערן אין ,בניזיהודה" פלעגט דאס קינד דורכגיין א ספעציעלע צערעמאניע פון א שבועה). זיי, די אויסשפירער; פלעגן זיך אומ- באמערקטערהייט אריינגנבנען צו אזא נייעם חבר אין שטוב, זיך באהאלטן אונטער א בעט און אָפליגן דארט שעהנווייז, כדי צו קאנטראלירן צו דער דאזיקער חבר האלט די שבועה...
די ,תרבות"-שולע האט עקזיסטירט ביזן אנהויב פון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ווען די סאוויעטן זענען אריין אין ענדע סעפטעמבער אין דאוויד"-האראדאק האט זיך באנייט דאס לערנען אין דער שולע, שוין ניט אין דער העברעאישער שפראך נאר אין יידיש. אומפארגעסלעך איז דער מאמענט, ווען ביים אנהויב פון לערניאר, האט דער מנהל פון דער שולע, אבראשא אלשאנסקי, וועלכער איז געוועז דער גרינדער פון דער ,בני-יהודה? באוועגונג געמוזט אונטער א דיקטאט פון א קאמוניסטישן אקטיוויסט פון שטעטל (אליין, אז אבסאלווענט פון דאזיקן בית-ספר) צונויפרופן אלע קינדער פון שולע און מיט א ספאזמאטישן געוויין מעלדן זיי, אז פון היינט אן וועט מען אין בית-ספר ניט לערנען מער עברית, נאר יידיש. דער דאזיקער קאמוניסטישער אקטיוויסט האט דערביי געהאלטן א דרשה, אז ביז אהער האט מען די קינדער אפגענארט, וועלנדיק איינריידן זיי, אז זייער שפראך איז עברית און אז אין דער אמתן איז דאס א שפראך פון דער יידישער קאנטר-רעוואלוציע.
אבראשא אלשאנסקי, דער ביזאהעריקער איבערגעגעבענער און טרייער פאטער פון בית-ספר האט ניט געקאנט פארטזעצן מער זיין לערנען אין דער דאזיקער שולע, ער האט מאראליש ניט געקאנט פארטראגן די ענדערונג, ער איז אוועקגעפארן מיט זיין פרוּי, וועלכע איז אויך געווען א לערערין, קיין ביאליסטאק און דארט זיך איינגעארדנט אלס לערער. דארט, אין ביאליסטאק איז ער מיט זיין פרוי און קינדערלאך אומגעקומען פון די מערדערישע היט- לעריסטישע הענט. ערע זייער אנדענק ! 200