לויט דער איניציאטיוו פון דעמזעלבן א. אלשאנסקי, איז איינגעארדנט געווארן ביי דער ,,תרבות"-שולע א קורס פאר לערנען תנ"ך. דער קורס איז פארגעקומען אונטער דער לאזונג : ,יעדן טאג א קאפיטל תנ"ך". דער דאזיקער קורס איז געווען פארויסגעזען פאר דער דערוואקסענער באפעלקערונג פון דאוויד"-האראדאק. די פאפולאריטעט פון די דאזיקע לעקציעס איז געווען זייער גרויס. די קורסן האבן קאנצענטריויט ארום זיך די גרעסטע מערהייט פון דער דערוואקסענער יוגנט פון שטעטל און פיל פון דער עלטערער באפעלקערונג. ווען ס'איז פארגעקומען אזא לעקציע., איז געווען דער גרויסער זאל פון בית-ספר פול געפאקט. אויף די לעקציעס זענען געקומען מענטשן פון אלע שיכטן און פון אלע פאליטישע ריכטונגען. ס'זענען געקומען הערן דידאזיקע לעקציע סיי רעליגיעזע און סיי פרייע. געלערנט מלט די פארזאמלטע תנ"ך האבן אויך מענטשן פון פארשיידענע איבערצייגונגען. ס'האט געלערנט דער רב, וועלכער האט געגעבן א דורכאויס רעליגיעזע אינטערפרעטאציע פון זיין לעקציע, ס'האט געלערנט א משכיל פון שטעטל, וועלכער האט זיך אין זיין פארטייטשן דעם קאפיטל באנוצט מיט די נייע מפרשים, ס'האט אויך געגעבן לעקציעס א פארשטייער פון די פרייע אטעאיסטישע קרייזן, וועלכער האט אינטערפרעטירט דעם תנ"ך פון ריין היסטאריש- קולטורעלן באדייט און ניט פון רעליגיעזן.
דאס אינטערעסאנטסטע, אז הן די און הן די, האבן זיך באצויגן איינע צו די אנדערע מיט טאלעראנץ און ס'איז מיט געדולד אויסגעהערט געווארן יעדן איינעמס ספעציפישער צוגאנג. די דאזיקע לעקציעס האבן זיך אנגעהויבן אין יאר 1937 און זיך געצויגן כמעט ביזן אנהויב פון דער 2-טער וועלט-מלחמה. 33 " 1 אין יאר 1927 איז לויט דער איניציאטיוו פון די מזרחי עסקנים אין שטעטל געמאכט געווארן א פרווו פון גרינדן א רעליגיעזע ,יבנה"-פאלקסשולע. די דאזיקע שולע האט אבער לאנג ניט עקזיסטירט און נאך 2 יאר איז זי ליקווידירט געווארן. * 4 * אויסער די פאלקס-שולן, האבן אין דאוויד-האראדאק עקזיסטירט גוט איינגעארדנטע ביבליאטעקן. נאך פארן יאר 1905 איז ביים לערער ש. זאגאראדסקי געווען איינגעארדנט א ביבליאטעק פאר קינדער און שולדיוגנט. אין יאר 1917 האט די ציוניסטישע ארגאניזאציע אין שטעטל געגרינדעט א ביבליאטעק, וועלכע האט זיך זייער גוט אנטוויקלט. ליידער איז זי אבער אין צייט פון דער ערשטער וועלט- מלחמה נלט געווען טעטיק. נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה האבן זיך די ביבליאטעקן אין דאוויד-האראדאק זייער שטארק אנטוויקלט. אין יאר 1925 איז דורך פועלי-ציון (צ.ס.) געגרינדעט געווארן א ביבליאטעק א.נ. פון י ל. פרץ. איז די לעצטע יארן פון פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה איז זי געווען די איינציק טעטיקע ביבליאטעק פאר דערוואקסענע אין שטעטל.
א גרויסע ביבליאטעק פאר דער שול-יוגנט האט עקזיסטירט ביי דער ,תרבות"-שולע. 21