נאך דער רוסישער רעוואלוציע פון יאר 1917 און שפעטער נאך דער פויליש-רוסישער מלחמה האט זיך דער דראמאטישער קרייז שטארק אנטוויקלט. ס'זענען צוגעקומען פרישע כוחות און מ'פלעגט פון מאל צו מאל געבן אן ערנסטע פארשטעלונג. די איינקונפטן פון די דאזיקע פארשטעלונגען זענען געווען פארויסגעזען אויף פארשיידענע וווילטעטיקייטס-צוועקן. צייטנווייז, פלעגט פארקומען א פראצענטועלע פאנאנדערטיילונג פון די הכנסות פאר פארשיידענע צוועקז. צום שבח פון דראמאטישן קרייז מוז געזאגט ווערן, אז די ליבהאבער האבן זיך ווייניק אינטערעסירט מיט דער פראגע פון די געלטער-פאנאנדערטיילונג, זיי האט בלויז אינטערעסירט דער קינסטלערישער דערפאלג. אין יאר 1936 איז געגרינדעט געווארן נאך א ליבהאבער גרופע פון יוגנטליכע, וועלכע האבן באוויזז צו געבן מיט דערפאלג עטלעכע פארשטעלונגען. ליידער האט דער אויסברוך פון דער 2-טער וועלט-מלחמה אפגעשטעלט די טעטיקייט פון ביידע דראמאטישע קרייזן. כדאי אויך צו דערמאנען, אז די קינדער פון דער ,תרבות"-שולע פלעגן יעדעס יאר אונטער דער אנפירונג פון די לערער געבן זייער געלונגענע קינדעוי פארשטעלונגען. הצגת ,הדבוק"* ע"י קבוצת החובבים הצעירים בדויד-הורודוק -- שנת 1938 ,דבוק""פארשטעלונג פון דער יונגער ליבהאבער גרופע אין דאוויד"האראדאק -- 1938
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1121
passage_d72cee288118bc43ca89abe1
Passage 2normalized OCR · source chars 1123-1377
6 * % אין דאוויד"האראדאק האט אויך עקזיסטירט א ספארט-קלוב ,הכוח", וועלכער האט אויסגעבילדעט א גאנץ שטארקע פוטבאל-מאנשאפט. די פוטבאל-מאנשאפט האט זיך געהאלטן א פאר יאר און מיטן עולה זיין קיין ארץ"ישראל פון די הויפט"שפילער איז זי דערנאך ליקווידירט געווארן. 3
passage_6f63401d55cef75f21551ced