1 דער .-בית-יתומים רואינירט און פארארעמט איז געווען דאוויד-האראדאק נאך דער ערשטער וועלט- מלחמה. דער ,דזשאינט", וועלכער האט אנגעהויבן זיין הילפס-טעטיקייט אין גאנץ פוילן, האט אויך געגרינדעט אן אפטיילונג אין דאוויד-האראדאק. איינע פון די וויכטיקסטע אויפטוען פון ,דזשאינט" אין שטעטל איז געווען דאס גרינדן דאס יתומים-הויז. אין שטעטל זענען דאן געווען פיל יתומים. 32 קינדער יתומים אין עלטער ביז 14 יאר זענען דאן איינגעארדנט געווארן אין דאזיקן בית-יתומים, וועלכער האט זיך געפונען אין א באקוועמער דירה פון דריי שיינע שלאףדצימערן, א גרויסער עס-צימער, וועלכער האט אויך געדינט אלס צימער פאר מאכן לעקציעס, און א גרויסער הויף אויף פארשיידענע שפילן פאר די קינדער. דער בית-יתומים איז געווען אויסגעשטאט מיט א גוטן אינווענטאר, ווי: באקוועמע בעטלאך. גוטע בעטגעצייג, און אין א גענוגנדער מאס עסן און קליידונג. דאס עסן איז געווען גוט און די קינדער האבן זיך גוט געפילט און שיין אויסגעזען. די גאנצע אויסהאלטונג פון דאזיקן הויז איז געווען אויפן חשבון פון ,דזשאינט". די שטאט, האט צו יענער צייט מיט גארניט געקאנט העלפן, אויסער דעם, וואס אין שולע האבן זיי זיך געלערנט אֶן געלט.
אזוי האט זיך דאס געצויגן ביז די באלשעוויקעס האבן אין דער צייט פון דער פויליש- באלשעוויסטישער מלחמה צוריק פארנומען דאוויד"האראדאק. דאן האט זיך די לאגע ראדיקאל געענדערט. דאס פארוואלטן מיטן יתומים-הויז איז אריבער אין די הענט פון דער אפטיילונג פאר סאציאלער הילף ביים ,רעווקאִם". זיי האבן טאקע געגעבן פיל עצות, אבער קיין פלייצעס האבן זיי ניט געקענט אונטערשטעלן. קיין שפייזדרעזערווען זענען דאן אין שטאט ניט געווען, די קינדער האבן אנגעהויבן הונגערן און פאנאנדערלויפן זיך. וועז די באלשעוויקעס האבן אפגעטראטן פון שטעטל האבן זיי, טראץ די פראטעסטן פון די דאוויד"האראדאקער יידן, עוואקואירט אויך דעם גאנצן אינווענטאר פון יתומים-הויז. אלע באמיאונגען, וואס זענען געמאכט געווארן נאך דער פויליש-באלשעוויסטישער מלחמה צוריק אויפצובויען דעם יתומים-הויז, זענען, ליידער, ניט געלונגען און אנשטאט דעם איז געגרינדעט געווארן דער יתומים-קאמיטעט, וועלכער האט זיך פארנומען מיט שטיצן די יתומים ביי זיך אין די הייזער. די הויפט שטיצע האט זיך אויסגעדריקט אין דערמעגלעכן צו לערנען א פאך. קיילעכדיקע יתומים, זענען דורכן קאמיטעט אויסגעהאלטן געווארן אין פריוואטע הייזער.
געלט-מיטלען צו פירן די ארבעט האט דער קאמיטעט געשעפט פון בלימל-טעג. פון ספעציעלע אקציעס. פון הכנסה פון פארשטעלונגען. וואס דער דראמאטישער קרייז פלעגט פון מאל צו מאל געבן פאר דעם צוועק און איבערהויפט האט דער קאמיטעט געקאנט עקזיסטירן אדאנק דער שטיצע, וואס ער פלעגט באקומען פון דאוויד"האראדאקער פרויען קאמיטעט אין אמעריקע --- דעטראיט. די דאזיקע שטיצע איז דערגרייכט געווארן אדאנק יצחק-לייב זאגער, וועלכער האט געהאט פערזענלעכע פאמיליע פארבינדונגען מיט אמעריקע. אדאנק אים און זיין אינטערעסירן זיך האט דער קאמיטעט רעגולער אין משך פון זיין גאנצער עקזיסטענץ באקומען די אמעריקאנער שטיצע. דער יתומים-קאמיטעט האט עקזיסטירט די גאנצע צייט פון דער פוילישער הערשאפט אין דאוויד-האראדאק. אין יאר 1939, ווען דאוויד"האראדאק איז פארנומען געווארן דורך די באלשעוויקעס, איז צוזאמען מיט אלע אנדערע אינסטיטוציעס אולך געשלאסן געווארן דער יתומים"קאמיטעט. 4