Original scan
Original memorial-book scan 394
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1075

ה. דאס באנק וועזן אין דאוויד"האראדאק איז אזוי ווי אין אלע אנדערע יידישע ישובים געווען אקטועל די פראגע פון קרעדיט. שטענדיק האבן זיך געפונען יידן, וואס האבן צוליב געשעפטס-צוועקן. אדער צוליב חתונה מאכן א קינד, אדער צוליבן בויען א הויז, אדער צוליב אן אומגליקס-פאל זין1 גענויטיקט אין מזומן. אין די אמאליקע צייטן, זענען געווען די אזוי גערופענע ,וואכערניקעס", וועלכע פלעגן אויסלייען געלט אויף א משכון, נעמענדיק דערביי ניט קיין קליינע פראצענטער. יעדן פרייטיק פלעגט דער בעל חוב דארפן אריינטראגן דעם ,וואכערניק" דעם קרן צוזאמען מיטן פראצענט. דער ,וואכערניק" פלעגט זיין א ייד א תקיף און געהאט א גרויסע דעה אין קהל. אויב מ'פלעגט אים ניט אריינטראגן צום טערמין דאס קרן געלט מיטן פראצענט, פלעגט ער זיך ניט אפשטעלן צו פארהאלטן ביי זיך א משכון, וואס איז געווען אפילו 10-פאכיק טייערער פון דעם געבארגטן געלט. פארשטענדלעך, אז צום ,וואכערניק" פלעגט מען גיין בלויז אין אויסנאמס-פאלן, ווען ס'איז שוין באמת ניט געווען קיין אנדער אויסוועג. וועז ס'האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אין רוסלאנד די ליי און שפאר-קאסעס, איז אויך אין דאוויד"-האראדאק גלייך געעפנט געווארן אזא קאסע און נאכדעם אויך א צווייטע.

passage_a50771e609605b13ec662de1
Passage 2normalized OCR · source chars 1077-2200

די דאזיקע 2 קאסעס האבן געדינט דעם זעלבן צוועק. זיי האבן אבער געטראגן פארשיי- דענע נעמען. איינע האט געהייסן, אויפן נאמען פון בוכהאלטער, ,שלמה ראזמאנס קאסע" און די צווייטע, אויפן נאמען פון צווייטן בוכהאלטער, ,פיניע שיינבוימס קאסע". פיל סוחרים זענען געווען מיטגלידער אין ביידע קאסעס. די קאסעס האבן גענאסן פון פולשטענדיקן צוטרוי פון דער באפעלקערונג און מ'האט זיי אנגעטרויט די אפשפארונגען. דערפאר טאקע האבן די קאסעס געהאט גענוג געלט, אנקעגנ- צוקומען די אלע, וואס האבן זיך געווענדעט און גענויטיקט אין הלואות. אין יאר 1909 איז לויט דער איניציאטיוו פון די גרעסערע סוחרים אין דאוויד"האראדאק געגרינדעט געווארן א סוחרים באנק אונטער דער אנפירונג פון נח גרושקין. בוכהאלטער איז דארט געווען מאיר אלפינער. די באנק האט זיך זייער גוט אנטוויקלט. מיטן אויסברוך פון דער ערשטער וועלט-מלחמה זענען די אלע פינאנציעלע אינסטי- טוציעס אונטערגעגאנגען. נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען דאוויד-האראדאק איז אריבער צו די פאליאקן און נאכדעם, ווי ס'האט זיך איינגעשטעלט א נארמאל לעבן איז אין יאר 1923 געגרינדעט געווארן אונטער דער לייטונג פון מ. קוויעטני די סוחרים באנק און אין יאר 1924 איז אונטער דער לייטונג פון ש. פאפיש געגרינדעט געווארן די פאלקס-באנק.

passage_f53ea3d67793e81593d4970b
Passage 3normalized OCR · source chars 2202-2789

די בענק האבן זיך זייער גוט אנטוויקלט און זיינען געווארן א באדייטנדער פאקטאר אין ווירטשאפטלעכן לעבן פון שטעטל. אין דאוויד-האראדאק האט אויך עקזיסטירט א גמילות-חסדים-קאסע, וועלכע האט פאר קליינהענדלער און האנטווערקער געגעבן אן פראצענטיקע הלואות. די גמילות-חסדים-קאסע איז אנגעפירט געווארן דורך א קאמיטעט אין וועמנס שפיץ ס'איז געשטאנען י. גאטליב. דער דאזיקער קאמיטעט פלעגט קאנטראלירן די בקשות און באשטעטיקן די הויך פון די הלואות. ו די פייער לעשער איינע פון די אממערסטן נוצבארע אינסטיטוציעס אין שטאט איז געווען די פייער-לעשער אינסטיטוציע, וועלכע איז אגב אין 99% געווען אין יידישע הענט. 205

passage_5ba89f8c8018a14b9ca47039