Original scan
Original memorial-book scan 395
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1064

דאוויד"האראדאק איז, ווי אלע קלענערע שטעטלעך, וועלכע זענען געווען געבויט פון הילצערנע הייזער און אין גרעסטן טייל געדעקט מיט שטרויענע דעכער, זייער אפט געווען א קרבן פון שרפות. דאס פייער, דער דאזיקער אומגעבעטענער און אומגעוווּנשענער גאסט, פלעגט כמעט יעדן זומער אפשטאטן א וויזיט אין שטעטל און אנמאכן ניט קיין קליינע צרות. ס'האט געברענט צוליב פארשיידענע סיבות: צוליב ניט פארזיכטיק זיין מיט פייער, צוליב ארויסשטעלן א הייסן פרעס-אייזן, צוליב גיין באנאכט אין שטאל מיט פייער, צוליב אוועק- געווארפענע ניט דעררויכערטע און ניט פארלאשענע סיגארעטן, צוליב שפילן זיך פון קינדער מיט פייער, און... צוליב אונטערצינדונגען. פאר די מאסן זענען די שרפות געווען א קאשמאר. אין לעבן פון שטעטל איז דער זומער געווען די שענסטע און אינטרעסאנטסטע צייט, זי איז אבער ניט איינמאל פארשטערט געווארן צוליב די אפטע שריפות. אין פיל הייזער פלעגט מען אויף זומער איינפאקן די בעסערע זאכן און אוועקטראגן אין די געציילטע געמויערטע הייזער פון שטעטל, וואס זענען געווען פארזיכערט קעגן פייער, אדער מ'פלעגט דאס האלטן איינגעפאקט אין שטוב אין גרויסע פעק, עס זאל זיין לייכט. אין פאל פון א שריפה, ארויסכאפן פון פייער.

passage_9fcaf0ca42fc46e6a409235d
Passage 2normalized OCR · source chars 1066-1779

בכדי צו באקעמפן דאס דאזיקע פלאג, איז נאך אין אמאליקע צייטן געגרינדעט געווארן א פייער-לעשער-בריגאדע. די שטאט פארוואלטונג האט דאן אויסגעבויט א גרויסע שאפע אויף צו האלטן די נאסאסן מיט די פעסלעך וואסער. די שטאט פארוואלטונג האט איינגעפירט א ספעציעלן קוימען-שטייער און פון די געלטער האט זי פינאנסירט די הוצאות אויף בויען די שאפע. אויך די אסעקוראציע געעזלשאפטן האבן געגעבן זייער טייל פון די הוצאות. אין דער פייער-לעשער בריגאדע זענען געווען פארשריבן כמעט אלע יידישע יוגנטלעכע פון שטאט. יעדער האט געהאלטן פאר זיין בירגערליכן חוב צו זיין צווישן די פייער-לעשער. דאגעגן זענען פון דער קריסטלעכער באפעלקערונג וואס זייערער הייזער זענען געווען אין דער גרעסטער געפאר, צוליב די שטרויענע דעכער, געווען פארשריבן בלויז א 4--3 מענטשן.

passage_e873f6843bc35910ccb21053
Passage 3normalized OCR · source chars 1781-2533

די פייער-לעשער פלעגן זומער מאכן פון מאל צו מאל איבונגען. אמאליקע צייטן איז דאס געווען א גאנץ געשעעניש אין לעבן פון שטעטל. מאיסעי, דער שומר פון שאפע, פלעגט ארומגיין איבער די גאסן מיט א ספעציעלער ,טרובקע" און סיגנאליזירנדיק צונויפרופן די פייער-לעשער צו די איבונגען. די פייער-לעשער פלעגן אנטאן זייערע ספעציעלע מונדירן און זיך צונופקלייבן ביים שאפע, וועלכע איז געשטאנען אין צענטער פון שטאט. נאכן מאכן עטלעכע גימנאסטיק-איבונגען, פלעגט איינער ארויסגעשיקט ווערן בסוד אין א גאס אויסקלייבן דארט א הויז, וועלכע האט כלומרשט געברענט און נאכדעם ווי ער פלעגט געבן א סיגנאל, האבן זיך א לאז געגעבן ,לעשן" דאס הויז. א הויז פלעגט אויסגעקליבן ווערן דורך די פייער- לעשער פון אזא באלעבאס אויף וועמען זיי האבן געטראגן א כעס. נאך אזא איבונג פלעגן די פייער-לעשער באקומען ביר.

passage_06cab42b156a2f1e09731f68
Passage 4normalized OCR · source chars 2535-3104

נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה האט זיך די פייער-לעשער בריגאדע מער אנטוויקלט. דער שטאט-ראט האט אסיגנירט גרעסערע געלט סומען, ס'איז פארגרעסערט געווארן דער אינווענטאר, די פייער-לעשער האבן זיך בעסער אויסגעלערנט דעם פאך פון לעשן שריפות און לעצטנס פלעגט שוין מערסטנטייל דאס פייער זיך ניט פארשפרייטן, נאכן אנקומען פון די פייער-לעשער. ווען די שריפה פלעגט אבער אויסברעכן אין צייט פון א ווינט און אין א געגנט פון שטרויענע דעכער איז די פייער-לעשער ניט געלונגען צו לאקאליזירן דאס פייער. אזוי איז געווען אין יאר 1936, ווען אין מיטן העלן טאג איז אויסגעבראכן א שריפה אין דער קריסטלעכער 26

passage_0972300cf603d51b4a429155