געגנט פון שטעטל און א דריט חלק פון שטעטל צוזאמען מיטן פראוואסלאוונעם קלויסטער אויפן בארג איז אפגעברענט געווארן. אין די לעצטע יארן פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה האט די שטאט-פארוואלטונג פארוואלטעט מיט די פייער-לעשער. די אנפירונג איז אבער געבליבן אין יידישע הענט. איבער- הויפט זענען אין דער אנפירונג געווען טעטיק י. יודאוויטש און מ. רימאר זה די מוניציפאלע מאכט די דאוויד"-האראדאקער באפעלקערונג, וואס האט געהאט א שטאנד פון שטאט-באזיצער (,מיעשטשאנעס"), האט פאר דער רוסישער הערשאפט געוויילט יעדע דריי יאר א שטאט- פארוואלטונג (פון פריערדיקער צייט האבן מיר ניט קיין ידיעות), וועלכע איז באשטאנען פון 3 פערזאן : א סטאראסטא און זיינע 2 געהילפן. איין געהילפס-סטאראסטא איז געווען א ייד. די וואלן פלעגן פארקומען אויף פאלגענדן אופן: יעדע גאס האט אויסגעוויילט א פארשטייער און די פארשטייער פון אלע גאסן פלעגן פון זיך אויסוויילן דעם סטאראסטא מיט זיינע צוויי געהילפן.
די דאזיקע וואל-ארדינאציע איז ווייט געווען פון צו זיין דעמאקראטיש און די, וועלכע האבן געוואלט אויסגעוויילט ווערן האבן אויסגענוצט משפחה-פארבינדונגען. שכנים און אזוי גוטע ברידער. ביי די קריסטן פלעגט אויך העלפן א ביסל בראנפן. אזוי האט זיך דאס געצויגן ביז דער פעברואר-רעוואלוציע פון יאר 1917. דאן איז די שטאט-פארוואלטונג פארגרעסערט געווארן, אבער צוליב דער שטורמישער צייט פון דער רעוואלוציע און צוליבן אפטן בייטן זיך פון דער מאכט, זענען קיין דעמאקראטישע וואלן אויך דאן ניט פארגעקומען. די באלשעוויקעס האבן, זייענדיק איז שטאט, באשטימט א ,רעווקאם" און די פאליאקן האבן נאמינירט א שטאט- פארוואלטונג. אין דער נאמינירטער דורך די פאליאקן שטאט-פארוואלטונג זענען די גאנצע צייט געווען די זעלבע יידישע פארשטייער -- דאס זענען געווען: מ. לאכאווסקי, מ. י. ליפשיץ און ש. קאצמאן. דער נאמינירטער שטאט"ראט האט פארוואלטעט מיט דער שטאט ביזן יאר 1928. אין דאזיקן יאר זענען דורכגעפירט געווארן וואלן צו די שטאט-ראטן אין גאנץ פוילן און נאטירלעך אויך אלן דאוויד"האראדאק.
דאס זענען געווען די ערשטע, אין דער געשיכטע פון דאוויד-האראדאק, דעמאקראטישע וואלן צו דער שטאטד-פארוואלטונג. די יידן האבן זיך אקטיוו באטייליקט אין די דאזיקע וואלן און דער וואל-קאמף איז געווען א גאנץ שארפער. ס'זענען דאן אויסגעוויילט געווארן 8 יידן אין דער שטאט-פארוואלטונג (40%), דאס זענען געווען: ד"ר זשאלקווער, מ. י. ליפשיץ, מ. לאכאווסקי, י. יודאוויטש, ר. מישאלאוו, ש. רעזניק, ה. ציפין און י. ליפשיץ. די האפנונג, וואס די יידן האבן געהאט, אז זיי וועלן קאנען פון דער שטאט-קאסע אונטערשטיצן אויך די יידישע אינטיטוציעס פון שטאט איז צערונען געווארן. יעדער פארשלאג, וועלכער איז דורך די יידן אריינגעטראגן געווארן צו שטיצן פינאנציעל די ,תרבות'"-שולע, די יידישע ביבליאטעקן אדער אפילו דעם יתומים-קאמיטעט, איז דורך די קריסטלעכע פארשטייער מיטן איינציקן פוילישן פארשטייער אין דער שפיץ אפגעווארפן געווארן. די איינציקע אינסטיטוציע, וועלכע איז געווען אין יידישע הענט און גענאסן פון א סובסידיע פון שטאטראט, איז געווען די פייער-לעשער. דאס איז אבער געווען צוליב דעם, וואס דאס האט געדינט אויך פארן נוצן פון דער קריסטלעכער באפעלקערונג. דער שטאט-ראט האט דאקעגן געשטיצט די פוילישע פאלקס-שולן אין שטעטל, ער האט אויסברוקירט די הויפט-גאס אין שטעטל און אין יאר 1929 האט ער אויסגעבויט די 27