Original scan
Original memorial-book scan 397
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1122

עלעקטרישע סטאנציע, וועלכע האט געגעבן ליכט אין די הייזער אין די אוונטן ביז 12 אזייגער באנאכט. וועַז ס'האט זיך געענדיקט די קאדענץ פון דאזיקן שטאט-ראט זענען קיין נייע וואלן ניט פארגעקומען. די רעאקציע אין פוילן האט זיך פארגרעסערט און די רעגירונג איז ניט געווען פאראינטערעסירט אין נייע וואלן. ס'האט געהייסן, אז מ'איז אֶן וואלן געקומען צו א הסכם און אין נייעם שטאט-ראט זענען שוין אריין נאר 6 יידן: דיר זשאלקווער, י. יודאוויטש, מ. קוויעטני, ד. רימאר, מ. לאכאווסקי און ש. מישאלאוו. קיין מאבט האט שוין דער שטאט-ראט במילא ניט געהאט, ווייל דער פאקטישער באלעבאס פון שטאט איז געווען דער פאוויאטאווער סטאראסטא אין סטאלין. פאר די קארגע 2 יאר (ענדע 1939 -- יוני 1941) פון דער סאוויעטישער הערשאפט אין דאוויד"האראדאק איז ניט געווען קיין געוויילטער שטאט-ראט; ס'האבן אין אים געהערשט נאמינירטע באלשעוויקעס, וועלכע זענען אראפגעשיקט געווארן דורך דער קאמוניסטישער פארטיל. ח. די קהילה ליידער האבן מיר ניט קיינע קוועלן פון וועלכע מיר זאלן קענען שעפן ידיעות וועגן דער טעטיקייט פון דער יידישער קהילה אין דאוויד-האראדאק. ס'זענען ניט געבליבן קיינע ביכער און קיינע דאקומענטן ניט פון דער אמאליקער צייט און אויך ניט פון די לעצטע יארן פון פארן חורב]ן.

passage_e0fed3b65cebcb0ac44c7e36
Passage 2normalized OCR · source chars 1124-2138

ס'איז צו פארשטיין, אז אין דאוויד"האראדאק, איז, ווי אין אלע פויליש-ליטווישע שטעט אוז שטעטלעך געווען אן ארגאניזירטע יידישע קהילה. ביז דער לעצטער טיילונג פון פוילן איז די דאוויד"-האראדאקער קהילה געווען אנגעשלאסן אין דער פינסקער קהילה גדולה. און זי האט געצאלט שטייערן אין פינסק. מיר ווייסן אבער אויך ניט ווי איז געווען ארגאניזירט די קהילה, ווען זי איז געווארן אונטער דער צארישער מאכט זעלבסטשטענדיק. מיר ווייסן בלויז וועגן אייניגע הכנסה קוועלן פון דער דאזיקער קהילה ווי צ.ב. די ,קאראבקע" אויף פלייש, דער האנדל מיט היוון, וועלכן די קהילה האט אוועקגעגעבן אלס אויסשליסלעכע קאנצעסיע אין די הענט פון די רבנים, און די חברה-קדישא, וועלכע איז געווען אונטער דער קהילה אויפזיכט, בילדנדיק א גוט ארגאניזירטן געשלאסענעם אנשטאלט. די מיט- גלידערשאפט אין דער חברה-קדישא פלעגט צו יענער צייט אריבערגיין בירושה. די ערשטע וועלט-מלחמה, האט אבער דאס אלעס אפגעשאפט און די פארשיידענע קהילישע ענינים פלעגן דערליידיקט ווערן דורך צופעליקע מענטשן. ווער ס'האט זיך מטפל געווען מיט דער באד און מקוה, ווער מיטן ,הקדש" און ווער מיטן אלטן בית-עלמין.

passage_4e1a9a88dd1f82b50df3190b
Passage 3normalized OCR · source chars 2140-2858

דער אלטער בית-הקברות איז געלעגן ביים ברעגדטייך פון הארין און דאס וואסער האט אלע מאל ארונטערגעשווענקט טיילן פון דאזיקן בית-הקברות. יעדעס יאר האט מען געדארפט אויסגעבן נייע געלטער אויף צו פארריכטן דעם הייליקן ארט. די הוצאות פלעגן געדעקט ווערז דורך דער חברה-קדישא, וועלכע האט געהאט אירע ספעציעלע קוועלן פון הכנסה. קיין אפיציעלער שטאט-רב איז אין דאוויד-האראדאק ניט געווען. ס'זענען געווען אין שטאט עטלעכע רבנים, א 4 -- 5 אין דער צאל, וועלכע זענען אויסגעהאלטן געווארן, יעדערער דורך זיין קרייז, וואס האט אים געגעבן דעם כסא הרבנות. פון מאל צו מאל פלעגן פארקומען קריגערייען צווישן די פארשיידענע צדדים, איבערהויפט דאן, ווען מ'האט געדארפט צווישן די רבנים פאנאנדערטיילן געלטער, וועלכע זענען אריינגעפלאסן פוז אלגעמיינע קוועלן. |18

passage_63b383cefc4a78416fe5db34