Original scan
Original memorial-book scan 398
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1116

אין יאר 1917, נאך דער קערענסקי רעוואלוציע, זענען לויט דער איניציאטיוו פון דער ציוניסטישער ארגאניזאציע דורכגעפירט געווארן אין דאוויד-האראדאק די ערשטע דעמאקרא- טישע וואלן צו דער יידישער קהילה. די דאזיקע קהילה, האט אבער קיין זאך ניט באוויזן אויפ- צוטאן צוליב דער באלשעוויסטישער איבערקערעניש און צוליב די אומרואיקע איבערגאנגס- צייטן פון מאכט צו מאכט אין צייט פון קריג. אין די ערשטע יארן פון דער פוילישער הערשאפט אין דאוויד"האראדאק, נאך דער פויליש-באלשעוויסטישער מלחמה, האט ניט עקזיסטירט קיין יידישע קהילה אין שטאט און אלס האלב אפיציעלע פארשטייער פון דער קהילה האבן געדינט די יידישע פארשטייער אין דער נאמינירטער שטאט-פאוואלטונג, דאס זענען געווען משה לאכאווסקי, שלמה קאצמאן און משהדיהודה ליפשיץ. אין יאר 1928 זענען לויט א דעקרעט פון דער פוילישער מאכט פארגעקומען וואלן צו די יידישע קהילות. די וואל-ארדינאציע איז אבער געווען א שטארק רעאקציאנערע. אקטיווע וואלדרעכט האבן געהאט די, וועלכע האבן געענדיקט 25 יאר, פאסיווע -- 30 יאר, פרויען האבן ניט געהאט קיין שטים-רעכט. די קאמפעטענצן פון דער קהילה זענען געווען שטארק באגרענעצט, אזוי ארום, אז אויסער מיט די געביטן פון רבנים, מרחץ און בית-הקברות האט די קהילה זיך ניט מטפל געווען.

passage_7e4305a3c7712dcd00f5a74e
Passage 2normalized OCR · source chars 1118-2285

אין דאוויד-האראדאק, וועלכע האט געהאט א פארהעלטניסמעסיק גרויסע צאל פון רבנים, האבן די קהילה וואלן ארויסגערופן גרויסע רייסענישן און ס'איז דערגאנגען אפילו צו קעגנזייטיקע מסירות, וועלכע האבן דערפירט צו פסלען מענטשען און אפילו גאנצע רשימות. קיין כבוד האבן די דאזיקע וואלן דער דאוויד"האראדאקער יידישער באפעלקערונג ניט צוגעגעבן. אויך די זיצונגען פון דער קהילה, זענען געווען א פלאץ פאר קריגערייען. באזונדערס שארף איז געוועז דער קאמף אין דער קהילה ביים וויילן א הויפט רב פון שטאט. אין אלגעמיין זענען פאר דער פוילישער צייט פארגעקומען אין דאוויד"האראדאק 2 מאל קהילה-וואלן : איין מאל אין יאר 1928, ווען ס'איז אלס פרעזעס אויסגעוויילט געווארן מאיר מוראווטשיק און דאס צווייטע מאל אין יאר 1936. אלס פרעזעס איז דאן אויסגעוויילט געווארן קאפלינסקי. יארן פון אומרו און אומקום א. ערב מלחמה וואס וועט זיין? וועלן זיך דען ניט איינגעבן די באמיאונגען פון די וועלט פאליטיקער אויס- צומיידן א מלחמה? וועט דען ניט געלינגען די גרויסע מעכטיקע מדינות, ווי ענגלאנד, ראטנ- פארבאנד, אמעריקע און פראנקרייך איינצוצוימען די היטלעריסטישע אפעטיטן? צי וועט טאקע די וועלט אריינגעשליידערט ווערן אין א מוראדיקער שחיטה ? די דאזיקע פראגן האבן זיך געטראגן פון מויל צו מויל אין די ערשטע זומער חדשים פון יאר 1939.

passage_114f23f904bb7d4ff60502d2
Passage 3normalized OCR · source chars 2287-2767

די שפאנונג וואקסט פון טאג צו טאג. די לאגע ווערט אנגעשטרענגטער פון מינוט צו מינוט. אין דער לופט שמעקט מיט פולווער. אט שטראלט אויף א פונק פון האפענונג -- און אויף די געזיכטער באווייזט זיך אן אפטימיסטישער שמייכל; אט, ווידער, ווערן די הימלען צוריק פארוואלקנט און די מענטשן גייען אויפסניי ארום באזארגט און פארמרהשחורעט. וואס וועט זיין? -- פרעגן זיך די דאוויד-האראדאקער יידן איינע די אנדערע. מ'הערט זיך צו טאג און נאכט צום ראדיאָ, מ'כאפט אויף ידיעות פון דער גאנצער וועלט, מ'זוכט א 29

passage_914941dcc61f12e23b0b1040