האפנונגס-שטראל, אבער, וואס א טאג ווייטער איבערצייגט מען זיך אלץ מער אין דער האפענונגסלאזיקייט פון דער לאגע. אט האבן זיך געענדיקט מיט א דורכפאל די געשפרעכן צווישן ראטנפארבאנד מיט די מערב-מדינות און אט באקומט זיך די דערשטוינענדע ידיעה וועגן ריבענטראפ-מאלאטאוו אפמאן'... אין פוילן איז דערקלערט געווארן א מאביליזאציע. די פראגע, וועלכע עקבערט די מוחות איז שוין ניט צי וועט זיין א מלחמה צי ניין -- אין דעם איז מען שוין זיכער: מיפרעגט נאר ווען וועט זי אויסברעכן. מ'ווארט מיט מורא און מיט שרעק אויפן דאזיקן אומגליקלעכן טאג -- ווער ווייסט וואס ער וועט מיט זיך ברענגעז... ב די פויליש-דייטשישע מלחמה פרייטיק -- 1 סעפטעמבער 1939. ווי א דונער האט געטראפן די מעלדונג פון ראדיא, אז באגינען האבן היטלעריסטישע מיליטערישע כוחות איבערגעשריטן די דייטשיש-פוילישע גרענעץ און אַן א פריערדיקער מלחמה דערקלערונג באפאלן פוילן. דאוויד"האראדאקער יידן האבן ניט געקענט איינזיצן אין די הייזער. אויף יעדן שריט און טריט זענען געשטאנען גרופעס מענטשן און מיט פרעגנדע בליקן און פארזארגטע פנימער גערעדט וועגן גרויסן אומגליק. די אינטואיציע האט פארויסגעזאגט ניט קיין גוטע אנטוויקלונגען. ווער ווייסט ?, ווער ווייסט ווי דאס וועט זיך ענדיקן.
אין שטאט איז פראקלאמירט געווארן קריגס-צושטאנד. באנאכט האבן געמוזט פאר- שטעלט ווערן אלע פענסטער כדי ס"אל קיין סימן פון ליכט זיך ניט זען אין דרויסן. די עלעקטרישע לאמפן אין די גאסן האבן מער ניט געלויכטן. א פינסטערניש האט אין די אוונטן געהערשט אין די גאסן -- פונקט ווי ס'איז פינסטער געווען אין די יידישע הערצער הן באנאכט און הן באטאג. דאס עקאנאמישע לעבן אין שטאט איז גלייך אפגעשטארבן. ס'האט זיך גלייך גענומעז פילן א מאנגל אין פראדוקטן און אין דער ערשטער ריי פון זאלץ און שוועבעלעך. ס'גייט דורך א טאג; ס'גייען דורך צוויי -- קיין דערפרייענדע נייעס פון פראנט זענען ניטא. דאס פוילישע מיליטער טרעט אפ, גאנצע ארמייען ווערן ארומגערינגלט דורכן מעכטיקן דייטשישן מיליטער. ס'פארשפרייטן זיך קלאנגען וועגן פארראט פון פוילישע מיליטערישע פירער, ס'דערגייען ידיעות וועגן אומגעוויינלעכן שפיאנאזש, אין וועלכן ס'זענען פארמישט אויך הויכ- געשטעלטע פוילישע פערזענלעכקייטן. טראץ די בארימערייען פון פוילישן ראדיא, פילט מען. אז ס'קראכט דאס דורכגעפרעסענע דעמאראליזירטע קארטן-הויז. מ'זוכט א שטראל פון האפענונג. מ'ווארט מיט אומגעדולד, אז ענגלאנד און פראנקרייך זאלן האלטן זייער צוזאג און קומען צו הילף דער פוילישער ארמיי.
3טער סעפטעמבער 1939. ס'לויכטן די געזיכטער ביי אלעמען. א שטראל פון ליכט און האפענונג האט זיך באויזן. ענגלאנד און פראנקרייך האבן דערקלערט קריג דייטשלאנד. יעצט -- טראכט מען זיך -- וועט זיך ענדערן די סיטואציע. פון היינט אֶן וועלן זיך אנהויבן די מפלות פון דייטשישן מיליטער. ליידער, ווערן אבער, די דאזיקע האפענונגען אנטרונען. די היטלעריסטישע מערדער- הארדעס גייען פארויס, דאס פוילישע מיליטער ווערט צעשמעטערט. אט איז ארומגערינגלט געווארן ווארשע, אט זענען שוין די דייטשן אין ביאליסטאק. גראדנע, בריסק. ס'הויבן אֶן אנקומען אין שטעטל הונדערטער יידישע פליטים, וועלכע דערציילן די גרוילן פון דער דאזיקער 2100