Original scan
Original memorial-book scan 400
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1086

מלחמה. מ'האט מורא פארן טאג, ווען די דייטשן וועלן אריין אין דאוויד"האראדאק. דאס הארץ זאגט פאר שלעכטע נביאות. וואס וועט זיין? פונוואנען וועט קומען די ישועה ? וויאזוי ראטעוועט מען זיך? 7 ספעפטעמבער 1959. ס'הויבן אַן ארומגיין קלאנגען, אז די רויטע ארמיי האט איבערגעשריטן די סאוויעטיש- פויליש גרענעץ, גייענדיק באפרייען די מערב-געביטן פון ווייסרוסלאנד און אוקראינע. איז דאס טאקע אמת, אדער דאס זענען, חס ושלום, בלויז קלאנגען ? יעדער ייד וויל מיט זיין גאנצן וועזן, אז די דאזיקע ידיעות זאלן זיך ארויסווייזן פאר ריכטיקע. מ'האט אפילו מורא וועגז דעם הויך צו ריידן, ווייל די פוילישע מאכט איז נאך אין שטאט -- מ'ווארט, אבער. מיט אומגעדולד אויפן טאג,ווען די רויטע ארמיי וועט אריינמארשירן קיין דאוויד"האראדאק. עפעס א קלייניקייט ? מ'וועט מיטאמאל פטור ווערן הן פון דער פארהאסטער אנטי- סעמיטיש"פאשיסטישער פוילישער מאכט און גלייכצייטיק וועט מען אויסמיידן די גרויסע סכנה פון א זיכערן טויט אונטער דער הערשאפט פון די היטלעריסטישע מערדער.: די פאליאקן הויבן אֶן צו פארלאזן דאוויד"-האראדאק אפטרעטנדיק אין דער ריכטונג פון מערב -- מ'איז שוין זיכער, אז דאס איז צוליב דעם, וואס די רויטע ארמיי קומט אֶן פון מזרח.

passage_8542727f9c6c21be07154e08
Passage 2normalized OCR · source chars 1088-2239

אין דער נאכט פונ'ם 18-טן אויפן 19-טן סעפטעמבער. הויבן אן אפטרעטן די פוילישע מיליטער-טיילן, וועלכע זענען געשטאנען אויף דער פויליש-סאוויעטישער גרענעץ. די דאוויד"האראדאקער יידן שלאפן ניט די גאנצע נאכט. מ'האט מורא פאר נקמה-אקטן מצד די פוילישע טיילן אויף דער יידישער באפעלקערונג. צום גליק, האבן די פאליאקן אפגעטראטן ניט פאראורזאכנדיק קיין שאדן די יידן. דעם 19-טן סעפטעמבער באגינען האבן די פאליאקן, נאכדעם, ווי אלע זייערע טיילן האבן שוין איבערגעשריטן דעם טייך הארין, וועלכער האט צוטיילט די שטאט אויף צווייען, אויפגעריסן די בריק און זיך פארבאריקאדירט אויף דער צווייטער זייט פון טייך. גלייך נאך זיי קומען אֶן די שטורם-אפטיילונגען פון דער רויטער ארמיי. ביים טייך קומט פאר א קורצע איבערשיסונג צווישן ביידע צדדים. ס'ווערט דערשאסן איין רויטארמייער און א צווייטער ווערט פארווונדעט. די פאליאקן טרעטן אבער גאנץ שנעל אפ; די סאפיארן-אפטיילונג פון די סאוויעטן שטעלט שנעל צונויף א פאנטאן-בריק איבעון טייך און די רויטארמייער זעצן פאר זייער ווייטערדיקן וועג. ג. אונטער דער סאוויעטישער הערשאפט (סעפטעמבער 1939 -- יוני 1941) דער טאג פון 19-טן סעפטעמבער 1939 איז, אַן ספק, געווען דער פריידיקסטער טאג אין לעבן פון די דאוויד-האראדאקער יידן אין פארלויף פון די לעצטע פאר יאר.

passage_e32597eb80b3e1aeb54dca1e
Passage 3normalized OCR · source chars 2241-2777

נאכדעם, ווי די איבערשיסונג צווישן די פאליאקן מיט די אפטיילונגען פון דער רויטער ארמיי האט זיך געענדיקט, האט די גאנצע יידישע באפעלקערונג (און ניט נאר די יידישע), ארויס אין די גאסן און מיט פריידיקע גליקלעכע געזיכטער אויפגענומען די אפטיילונגען פון דער רויטער ארמיי, וועלכע האבן אֶן אויפהער געשטראמט פון מזרח אויף מערב. יונג און אלט, קליין און גרויס, מאן און פרוי -- אלע זענען געשטאנען אויף די טראָטוארן פון דער הויפט-גאס, דורך וועלכער ס'זענען אדורך די ארמיי טיילן און מיט שמייכלענדע בליקן, פאכענדיק מיט די הענט באגריסט די רויטארמייער. 201

passage_701eb52d21971f5bc1ec2534