די רויטארמייער, ווידער, האבן פריינטלעך זיך געגריסט מיט דער באפעלקערונג. ס'דערמאנט זיך, ווי א הויכער אפיציר, גייענדיק אין שפיץ פון א מיליטערישער אפטיילונג, האט, באמערקנדיק דעם אלטיטשקן וועלוול ריישקעס, וועלכער איז אויך געווען צווישן די שטייענדע אויפן טראטואר., זיך אנגערופן צו אים מיט די פאלגענדע ווערטער : ,נאדא זשיט סטאריטשאק, נאדא זשיט !" (מ'דארף לעבן אלטיטשקער, מ'דארף לעב)). וויפיל ענטוזיאזם האבן ארויסגערופן די דאזיקע עטלעכע ווערטער ! דעם דאזיקן טאג איז מען געווען, פשוט, פארשיכורט פון פרייד און פון גליק.
נאך מיטאג, איז אונטערן פרייען הימל איינגעארדנט געווארן א מיטינג און די פארשטייער פון דער רויטער ארמיי האבן געהאלטן רעדעס, אין וועלכע זיי האבן צוגעזאגט א פריי און גליקליך לעבן פאר די איינוווינער פון דל באפרייטע געביטן פון מערב-ווייסרוסלאנד און מערב- אוקראינע. ,ניט מער קיין אונטערדריקונג, פעלקער-האס און ארעמקייט וועט זיין דער גורל פון די באפרייטע ברידערלעכע פעלקער פון מערב-אוקראינע און מערב-ווייסרוסלאנד -- פון היינט אַן וועלן זיי געניסן פון וווילשטאנד, פרייהייט, ברידערלעכקייט, ליבע און ארבעט אונטער דער שטראלנדער זון פונם גרויסן פעלקער פירער חבר סטאלין" -- דאס איז געווען די קווינט- עסענץ פון די רעז'עס. וועלכע זענען געהאלטן געווארן אויפן אויבנדערמאנטן מיטינג. פארשטענדלעך. אז די הויפט מחותנים אויף דער שמחה, וועלכע האבן זיך גלייכצייטיק געפירט מעשה באלעבאטים. זענען געווען די עטלעכע יידישע קאמוניסטן אין שטעטל צו וועלכע ס'האבן זיך אויך אנגעשלאסן עטלעכע ,מיעשטשאנעס" פון דאוויד"-האראדאק. א גאנצן טאג, ביז שפעט אין דער נאכט, זענען אלע געווען אין די גאסן, מ'האט געפירט געשפרעכן מיט די רויטארמייער ווי אזוי די פאליאקן האבן אונטערדריקט די נאציאנאלע מינדער- הייטן און איבערהויפט די יידן.
מ'איז געווען איבעראשט פון דער אוממיטלבארקייט און פשטות פון די רויטארמייער, מ'איז געווען שטארק באאיינדרוקט פון זייער אויפמערקזאמקייט און פון זייערע מיטלייד- אויסדרוקן און מ'איז נאך שטארקער געווען דערמוטיקט פון זייערע צוזאגן און פארזיכערונגען, אז פון היינט אֶן וועלן די יידן ניט וויסן פון אזעלכע צרות. די דאוויד-האראדאקער יידן האבן די נאכט פונם 19-טן סעפטעמבער אויפן 20דטן סעפטעמבער 1939 געשלאפן א רואיקן, גליקליכן און האפענונגספולן שלאף, זעענדיק פאר זיך א ליכטיקע צוקונפט אין ווייטערדיקן לעבן. ס'האבן זיך אנגעהויבן די ערשטע וואכן פון לעבן אונטער דער סאוויעטישער מאכט אין דאוויד-האראדאק. לויט א באפעל, זענען אויפסניי, געעפנט געווארן אלע געשעפטן און מענטשן האבן זיי אנגעהויבן באלאגערן, וועלנדיק זיך פארגרייטן מיט קליידונג, שוכווארג, פראדוקטן א.א.וו. באזונדערס אויפפאלנד איז געווען די האלטונג פון די ,וואסטאטשניקעס" -- אזוי האט מען גערופן די אנגעקנמענע סאוויעטישע בירגער -- זיי זענען געגאנגען פון געשעפט צו געשעפט און איינגעקויפט אלץ וואס די אויגן האבן נאר געזען, צאלנדיק דערביי יעדען פרייז, וועלכע איז פון זיי פארלאנגט געווארן. גאנצע פעק פלעגן זיי ארויסטראגן פון די געשעפטן.
צוערשט האט מען געמיינט, אז זיי דינגען זיך ניט צוליב דעם, וואס זיי זענען פון די רעגירונגס-געשעפטן אינדְערהיים געוווינט צו סטאבילע פרייזן, מ'איז אבער ניט געווען אומ- שטאנד צו פארשטיין פארוואס זיי קויפן אזויפיל. צוביסלאך איז געפאלן א חשד, אז דאס איז צוליב דעם. ווייל זיי קריגן דאס ניט ביי זיך. דאס האט געבראכט צו א נאך גרעסערער קויף-בהלה. דער פוילישער זלאטי, איז אויסגעגלייכט געווארן צום ווערט פון סאוויעטישן רובל, 22