Original scan
Original memorial-book scan 402
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1047

אזוי ארום, אז דער זלאטי איז ניט אנולירט געווארן און ער איז אויך ווייטער געווען קויפס-פייאיק. די שטאטישע מאכט איז געלעגן אין די הענט פון די ארטיקע קאמוניסטישע אקטיוויסטן. די סאוויעטן האבן די ערשטע פאר מאנאטן געלאזן זיי ,באלעבאטעווען"* אין שטאט. א צאל פון א 6--7 יידישע און א 3--4 קריסטלעכע קאמוניסטישע אקטיוויסטן האבן אין פארלויף פון די ערשטע פאר מאנאטן געוועלטיקט אין דאוויד"-האראדאק. די דאזיקע עטלעכע קאמוניססישע אקטיוויסטן האבן פארשריבן א טרויעריק קאפיטל אין דער געשיכטע פון שטאטבריינגענדיק פון איין זייט, אדאנק זייערע מסירות צו דער נ.ק.ג.ב. (סאוויעטישע זיכערהייטס ארגאנען) צום ארעסט פון דער מערהייט ציוניסטישע עסקנים אין שטאט און פון דער צווייטער זייט, אויפרייצנדיק די גרעסטע מערהייט פון די ,האראד- טשוקעס"? קעגן דער גאנצער יידישער באפעלקערונג. אינצווישן זענען פארגעקומען פיל מיטינגען, פארויילונגס-אוונטן און טעאטער- פארשטעלונגען און די יוגנט האט זיך ניט שלעכט געוויילט. די יידישע באפעלקערונג פון שטאט האט זיך אדאנק דעם גרויסן שטראם פון פליטים פון קאנגרעס-פוילן שטארק פארגרעסערט און זי האט ווארשיינלעך דערגרייכט צו א צאל פון א 7--8 טויזנט.

passage_0f4f436f539f659b23dd1797
Passage 2normalized OCR · source chars 1049-2067

צוביסלעך איז מען ארויס פון דער יום-טוב-שטימונג און מ'האט אנגעהויבן טראכטן וועגן פרנסה ; איבערהויפט, אז די רעזערוון האבן זיך פאר דער צייט געענדיקט. קיין איינגעארדנטע סאוויעטישע אונטערנעמונגען און ביוראען זענען נאך ניט געווען, קיין ארבעט איז אויך ניט געווען -- האט מען זיך גענומען צום האנדל. געהאנדלט האבן הן יידן און הן קריסטן. אלץ איז געווען אן ארטיקל צום האנדל : זאלץ, סיגארעטן, שוועבעלעך. פראדוקטן, קליידונג, שוכווארג א.א.וו. אן אייגנארטיקער האנדל איז אנגעגאנגען מיט די פוילישע זלאטיס. היות דער פוילישער זלאטי איז אויך געווען א גאנגבארע מטבע אין דעם טייל פוילן, וואס איז געווען אָקופירט דורך די דייטשן און דארט איז דער ווערט פון זלאטי געווען גרעסער ווי דער ווערט פון רובל דא -- פלעגט מען אויף שווארץ צאלן 2 און 3 רובל פאר יעדער זלאטי און דערנאך פלעגט מען די זלאטיס דורכשמוקלען אויף דער דייטשישער זייט. באזונדערס האבן זיך אויסגעצייכנט אין דעם האנדל די פליטים פון קאנגרעס-פוילן, וועלכע פלעגן נאכהער אליין שמוקלען די סאוויעטיש- דייטשישע גרענעץ. דער צושטאנד פון כמעט פרייען האנדל, האט זיך אזוי געצויגן ביז ענדע 1939.

passage_331d6d03bafad901fc5a2b6c
Passage 3normalized OCR · source chars 2069-3043

אינצווישן האבן די סאוויעטן ארעסטירט און פארשיקט עטלעכע פוילישע משפחות. וועלכע האבן ניט באוויזן אין דער צייט צו אנטלויפן מיט דער פוילישער ארמיי. ס'איז פארשיקט געווארן אויך א יידישע משפחה פון א גרענעץ דארף און ס'איז אויך ארעסטירט געווארן א... ביזאהעריקער קריסטלעכער קאמוניסטישער אקטיוויסט. איבער א צענדליק יידישע יוגנטלעכע פון שטאט., האבן פאר דער צייט אין געהיים פארלאזט דאוויד-האראדאק און זיך באקומען קיין ווילנע, וועלכע איז דאן דורך די סאוויעטן אוועקגעגעבן געווארן צו ליטע. זייער ציל איז געווען זיך פון דארטן צו באקומען קיין ארץ-ישראל. אין נאוועמבער 1939 זענען אין ביאליסטאק און אין לעמבערג פארגעקומען 2 קאנפערענצן פון געוויילטע דורך דער באפעלקערונג פון מערב-ווייסרוסלאנד און מערב-אוקראינע דעפוטאטן. וועלכע האבן באשלאסן צו ווענדן זיך צום סאוויעטישן ,וועירכאווני-סאוויעט* (העכסטע דעפוטאטן-קאמער) מיט א ביטע אנצושליסן אפיציעל די געביטן פון מעדב ווייסרוסלאנד און מערב אוקראינע צום ראטנפארבאנד. איבער א מאנאט האט מען זיך געגרייט צו די דאזיקע וואלן איינארדנענדיק מיטינגען, 23

passage_3c5c4b20f55e79ed021f3418