פארזאמלונגען און פארוויילונגס-אוונטן. ספעציעלע פראפאגאנדיסטן האבן געלערנט מיט דער באפעלקערונג די סאוויעטישע קאנסטיטוציע. די וואלן זענען פארגעקומען מיט גרויס פאמפע און יוםדטובדיקייט. דאוויד"האראדאק האט געוויילט צו דער קאנפערענץ אין ביאליסטאק (ווייסרוסלאנד) 2 דעפוטאטן -- איינעם א יידישן און דעם צווייטן א קריסטלעכן -- פארשטענדלעך, קאמוד ניסטישע אקטיוויסטן, וועלכע זענען באשטימט געווארן דורך דער סאוויעטישער מאכט. דאס זענען געווען די ערשטע וואלן, וועלכע זענען אין דאוויד-האראדאק פארגעקומען פאר דער סאוויעטישער מאכט. שוין ביי די דאזיקע וואלן האט מען געזען די פיינטלעכע באציאונג פון די ,האראדטשו- קעס" צו דער קאמוניסטישער מאכט און די ווילדע און בלינדע שנאה צו דער יידישער באפעלקערנוג פון דאוויד-האראדאק. ציילענדיק דערנאך די שטימען האטמען גיפונען צעטלען מיט פאלגענדע אויפשריפטן : ,נידער מיט דער סאוויעטישער מאכט", ,א טויט די באלשעוויקעס און די יידן"*, ,זאל לעבן היטלער". א.א.וו. צוביסלאך האבן די סאוויעטן צוגעטראטן איינארדענען און ארגאניזירן א נארמאלן לעבן אויפן סאוויעטישן שטייגער. אלע ביזאהעריקע ארטיקע קאמוניסטישע אקטיוויסטן, וועלכע האבן אנגעפירט מיט דער שטאט, זענען פארביטן געווארן אויף אריינגעשיקטע סאוויעטישע בירגער.
דער שטאט-פרעזידענט, דער מיליץ-נאטשאלניק, די אנפירערס פון די פארשיידענע עקאנאמישע, קולטורעלע און געזעלשאפטלעכע אנשטאלטן זענען פארביטן געווארן אויף ,וואסטאטשניקעס". אויך די אנדערע מערזווייניקער פאראנטווארטלעכע פאסטנס זענען באזעצט געווארן דורך סאוויעטישע בירגער, וועלכע זענען אראפגעשיקט געווארן פון רוסלאנד. די ביזאהעריקע ארטיקע קאמוניסטישע פירער פון שטאט זענען באשעפטיקט געווארן אויף צווייטראנגיקע פאסטנס און אויסגענוצט געווארן דורך דער נ.ק.ג.ב. אויף געבן זיי אינ- פארמאציעס וועגן יעדן איינעם פון דער באפעלקערונג. זיי, די דאזיקע קאמוניסטישע ארטיקע אקטיוויסטן האבן גערן אנגעגומען אויף זיך די דאזיקע ,בכבודיקע" מיסיע און זיי האבן זיך פארוואנדלט אין פשוטע מוסרים אויסטראכטנדיק אויף זייערע קרבנות אויך פאלשע באשולדיקונגען.
דער ערשטער רעזולטאט פון זייערע מסירות איז געווען דאס אפזאגן א געוויסע צאל מענטשן פון זייערע פאסטנס צוליב זייער סאציאלער אפשטאמונג. פארשטענדלעך, אז דאס האט אין דער ערשטער ריי געטראפן די יידן, אבער אויך ניט אויסגעמיטן די רייכע ,האראדטשוקעס". די דאזיקע אקציע האט געהייסן ,נאציאנאליזאציע". די גרעסערע געשעפטן. ווי אויך די גרעסערע אונטערנעמונגען ווי: די גארבערייען, דער טארטאק, די מילן א.אנד. זענען נאציאנאליזירט געווארן. פארנומען דערמיט האט זיך דער ,פינאטדיעל" (פינאנסיעלע אפטיילונג) אוּן אויס- געפירט די ארבעט (און מיט גרויס התמדה) האבן די יידישע קאמוניסטישע אקטיוויסטן. פארשטענדלעך, אז די נאציאנאליזירטע ,האראדטשוקעס" האבן געזען אין די יידן די הויפט שולדיקע אין דעם און זייער שנאה צו יידן איז געוואקסן פון טאג צו טאג. זיל האבן גערעדט וועגן דעם, אז ס'וועט קומען א טאג און זיי וועלן ,אפצאלן" די יידן כפל כפליים. דאס לעבן האט זיך אבער אין שטאט אנגעהויבן נארמאליזירן.
ס'זענען פארייניקט געווארן אלע דריי גארבערייען אין שטאט און ס'איז געשאפן געווארן איין גרויסע גארבעריי, וועלכע האט באשעפטיקט איבער 100 ארבעטער. ביי דער גארבעריי איז ארגאניזירט געווארן א שטיוול-פאבריק, וועלכע האט באשעפטיקט איבער 150 שוסטער- ארבעטער. דער טארטאק מיט דער בוי-אונטערנעמונג פון בארזשעס. וואס האט פריער געהערט 24