Original scan
Original memorial-book scan 404
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-940

צו מאכע רימאר איז פארגרעסערט געווארן און ס'זענען דארט געווען באשעפטיקט איבער 0 ארבעטער, ס'זענען ארגאניזירט געווארן פארשיידענע ארטעלן, ס'האבן אנגעהויבן פונק- ציאנירן אלע פארשיידענע סאוויעטישע אנשטאלטן און אינסטיטוציעס. ס'האט אנגעהויבן פולסירן א פולבלוטיק און אינטענסיוו לעבן אויפן עקאנאמישן געביט. אויך אויפן קולטורעלן געביט איז מען צוגעטראטן צו אינטענסיווער אורבעט. די שולעס האבן צוריק באנייט זייערע לימודים . אנשטאט די ביזאהעריקע 2 פוילישע פאלקס-שולן זענען איינגעארדנט געווארן 2 מיטל-שולן -- איינע אין דער ווייסרוסישער שפראך און די צווייטע אין דער רוסישער. די העברייאישע ,תרבות"-שולע איז אומגעוואנדלט געווארן אין א שולע מיט יידיש אלס לערן-שפראך. אלע עקזיסטירנדע ביבליאטעקן אין דאוויד-האראדאק זענען פארייניקט געווארן און דערנאך זענען אלע אן אויסנאם ביכער פון די ביבליאטעקן קאנפיסקירט געווארן און אויף זייער ארט זענען געבראכט געווארן ביכער בלויז פון סאוויעטישע אויסגאבן אין דער רוסישער, ווייסרוסישער און עטוואס אויך אין דער יידישער שפראך,

passage_1ceca71597d0614aa4f2789c
Passage 2normalized OCR · source chars 942-2026

צום ערשטן מאל אין דער געשיכטע פון דאוויד"האראדאק איז אין שטאט איינגעארדנט געווארן א שפיטאל מיט א ספעציעלער אפטיילונג פאר קימפעטארינס. פרויען האבן שוין מער ניט געדארפט געבוירן קינדער אין זייערע הייזער, נאר האבן געהאט א גוט איינגעארדנטן שפיטאל מיט א זארגפולער מעדיצינישער אויפזיכט. צום ערשטן מאל אין דער געשיכטע פון דאוויד"האראדאק איז אויך איינגעאררנט געווארן א סטאבילער קינא-זאל אין וועלכן ס'זענען יעדן אוונט דעמאנסטרירט געווארן די נייעסטע פילמען. דער קינא-זאל איז פארשטענדלעך יעדן אוונט געווען פול-געפאקט. מ'איז צוגעטראטן צו בויען א גרויסן, מאדערן-איינגעארדנטן קולטור-הויז מיט זאלן פאר פארלעזונגען, פארשטעלונגען, פארוויילונגס-זאלן א.א.וו. די מערהייט דאוויד-האראדאקער איינוווינער האט זיך איינגעארדנט אויף ארבעט -- א פארשווינדנדע מינדערהייט האט זיך פארנומען מיט ספעקולאציע. כדל אפצושרעקן די ספעקולאנטן, האט מען איינגעארדנט אויפן דאוויד-האראדאקער איינוווינער, הערצל ציפין, וועלכען מ'האט געכאפט ספעקולירנדיק מיט וווּרשט, א שוי-משפט (,פאקאזאטיעלני סוד") און ער איז פאראורטיילט געווארן אויף 5 יאר תפיסה. דער דאזיקער אורטייל האט געמאכט זייער א שווערן איינדרוק אויף די שטאט- איינוווינער.

passage_1c01f56533ced79f3a9e179a
Passage 3normalized OCR · source chars 2028-2971

דאס לעבן איז זיך אבער געפלאסן ווייטער און די יידן האבן זיך אנגעהויבן צופאסן צום נייעם רעזשים, ניט קוקנדיק אויף דעם, וואס ס'איז געווען א מאנגל אין פראדוקטן, קליידונג און שוכווארג. די לאגע איז געווען רואיק און מער ווייניקער נארמאל, ביז מ'האט דורכגעפירט דעם זומער פון יאר 1940 אן ארעסט פון פאליטישן כאראקטער. ס'איז ארעסטירט געווארן יוסף יודאוויטש, דער זון פון בייצל יודאוויטש, וועלכער איז אין די צייטן פון דער באלשעוויסטישער רעוואלוציע אין יאר 1918 דערשאסן געווארן צוזאמען מיט נאך 2 קריסטלעכע בירגער פון שטאט דורכן באלשעוויסטישן ,קאראטיעלנעם אטריאד". דער דאזיקער ערשטער פאליטישער ארעסט, האט אויפגעטרייסלט די יידישע באפעל- קערונק אין דאוויד-האאדאק און האט פארויסגעזאגט עווענטועלע ווייטערדיקע ארעסטן. פיל מענטשן זענען דאן גערופן געווארן אין נ.ק.ג.ב. אויף ,געשפרעכן". די דאזיקע מענטשן האבן אבער דערנאך ניט דערציילט וועגן וואס ס'איז מיט זיי גערעדט געווארן. קורץ נאכן ארעסט פון יוסף יודאוויטש איז ארעסטירט געווארן לייזער ראנקין, אן אינהאבער 2105

passage_271d3256a8b86b8ae1887977