פון א גארבעריי, וועלכע איז דורך דער סאוויעטישער מאכט נאציאנאליזירט געווארן און גלייך נאך אים איז ארעסטירט געווארן יאניע (יוסף) בארוכין -- א רעוויזיאניסטישער עסקן. די שטימונג ביי די יידן איז געווארן זייער געדריקט. מ'האט פארשטאנען, אז די נ.ק.ג.ב. באנוצט זיך, אויסער מיט די ארטיקע קאמוניסטישע אקטיוויסטן, אויך מיט אנדערע פאר- מאסקירטע ארטיקע אגענטן און צוטראגער, וועלכע גיבן איר אינפארמאציעס וועגן יעדן איינעם פון די שטאט-איינוווינער. און ווירקלעך. זענען אין שטאט געווען אזעלכע, און צווישן זיי אויך באלעבאטישע און עלטערע יידן, וועלכע האבן מיטגעארבעט מיט דער נ.ק.ג.ב. געבנדיק איר אינפארמאציעס און אויספילנדיק אירע שליחותן.
ביים ווערבירן די דאזיקע ,אינפארמאטארן", האט זיך די נ.ק.ג.ב. באנוצט מיט פאלגענדן מיטל: זי פלעגט רופן צו זיך א מענטש אויף וועלכן ס'האט ניט געקענט פאלן קיין חשד, אז ער איז עלול צו זיין א מסור, אויסרעכענען אים זיינע ,חטאים? פון פריער און פארלייגן אים זיך צו ,רעהאביליטירן? דורך דעם, וואס ער וועט מיטארבעטן מיט איר א ,געוויסע צייט". אין פאל פון אן אבזאג -- האט מען אים געזאגט -- וועט ער מוזן אפקומען פאר זיינע ,חטאים* און ארעסטירט ווערן. פארשטענדלעך, אז ניט קוקנדיק אויפן אויסגאנג פון דאזיקן געשפרעך פלעגט דער פאררופענער מוזן אונטערשרייבן א פארפליכטונג, אז קיין איינער -- אפילו דער נאענטסטער -- טאר ניט וויסן וועגן וואס ס'איז מיט אים אין נ.ק.ג.ב. גערעדט געווארן. ליידער זענען געווען אזעלכע, וועלכע האבן זיך אונטערגעגעבן די דראָאונגען און אנגענומעז די פארגעלייגטע זיי ,ארבעט". אזוי ארום, זענען צווישן די מוסרים געווען מענטשן פון פארשיידענעם עלטער, פארשיידענער פאליטישער באפארבונג און פארשיידענע סאציאלע שיכטן. גענוי האט קיינער ניט געוווסט ווער ס'ארבעט מיט מיט דער נ.ק.ג.ב. און דערפאר טאקע האט מען יעדן איינעם חושד געווען, אז ער איז אן עווענטועלער אגענט. דער קעגנזייטיקער חשד האט גורם געווען, אז איינער האט פארן צווייטן מורא געהאט אויסריידן א ווארט.
צום קולמינאציע-פונקט פון די פאליטישע ארעסטן, איז מען דעוגאנגען אין דער נאכט פונם 10"טן אויפן 11-טן פעברואר 1941, ווען ס'זענען ארעסטירט געווארן 10 עסקנים פון שטאט. דאס זענען געווען : חיים באראנטשוק, יאשא יודאוויטש, ארטשיק מוראווטשיק, בערל רימאר און שאיע קאנטאר -- אלגעמיין ציוניסטישע טוער : שמואל טשעטשיק, ארקע ליפשיץ, קאפל מוראווטשיק און מענדל קראווטשיק -- פוע"צ (צ.ס.) עסקנים און בערל קאפטאן -- איינער פון די טיכטיקסטע ביזאהעריקע קאמוניסטישע אקטיוויסטן, וועלכע מ'האט באשולדיקט, אז פאר די פאליאקן איז ער געווען א קאנפידענט לטובת די זיכערהייטס-ארגאנען פון פוילן. דער איינדרוק פון דאזיקן ארעסט אויף די דאוויד-האראדאקער יידן איז געווען א דער- שיטערנדער. קיין איינער איז שוין ניט געווען זיכער מיט זיין פרייהייט, די, אויף דער פריי געבליבענע ציוניסטישע עסקנים, האבן זיך געריכט אויף ווייטערדיקע ארעסטן און געווארט מיט מורא און שרעק אויף זייער ריי. אין שטאט איז געווארן א פאניק"שטימונג. מענטשן פלעגן אויסמיידן דורכצוגיין ביים בנין, וווּ ס'זענען געווען די ביוראען פון נ.ק.ג.ב. דער דאזיקער בנין האט געווארפן אן אימה אויף אלע איינוווינער -- ווער' ווייסט וויפיל קרבנות עד וועט נאך איינשלינגעז...
א מרהדשחורה און שרעק איז אנגעפאלן אויף אלעמען. עטלעכע ציוניסטישע עסקנים, האבן פארלאזן די שטאט און זיך איבערגעצויגן אין אנדערע ערטער, וווּ מ'האט זיי ניט געקענט. 206