מ'האט אויפגעהערט זיך צו טרעפן אין געזעלשאפט. יעדער האט פארבראכט די צייט פון נאך זיין ארבעט אין ענגן קרייז פון זיין משפחה. אין פארלויף פון דאזיקן צייט-אפשניט. זענען אויך דורכגעפירט געווארן עטלעכע ארעסטן פון ,האראדטשוקעס". דער סך-הכל פון די פאליטישע ארעסטן איבער די 13 יידן פון דאוויד"האראדאק איז פאלגענדער: 5 מאן -- שמואל טשעטשיק, יוסף יודאוויטש. ארטשיק מוראווטשיק, מענדל קראווטשיק און קאפל מוראווטשיק (היינט יעקב מור) געפינען זיך היינט אין ישראל. שאיע קאנטאר -- געפינט זיך אין פוילן. קאפטאן -- אין אמעריקע, לייזער ראנקין -- איז אנטלאפן פון טראנספארט ארעסטאנטן. וועלכע די סאוויעטן האבן דאן אנהויב פון דייטשיש-סאוויעטישן קריג ארויסגעפירט און טיף רוסלאנד, געקומען קיין דאוויד-האראדאק און אומגעקומען מיט אלע דאוויד"-האראדאקער יידן. 5 מאן: חיים באראנטשוק, יאניע בארוכין, יאשא יודאוויטש, ארקע ליפשיץ און בערל רימאר -- זענען אויסגעשטארבן אין די פארשיידענע סאוויעטישע לאגערן -- ערע זייער אַנדענק ! % . * טראץ דער מורא און שרעק. זענען, אבער, ביז הארט פארן דייטשיש-סאוויעטישן קריג. מער קיין פאליטישע ארעסטן און פארשיקונגען ניט פארגעקומען. ווען ס'האבן זיך אנגעהויבן אביסל בארואיקן די געמיטער איז ארויפגעשווומען א גרעסערע שרעק, א פיל גרויזאמערע ווי ארעסטירט צו ווערן דורך דער נ.ק.ג.ב.
ס'האבן אנגעהויבן קורסירן קלאנגען וועגן אן עווענטועלער מעגלעכקייט פון א מלחמה צווישן דייטשלאנד און ראטנפארבאנד. די מורא פאר דער דאזיקער עווענטואליטעט איז געווען אויסערגעוויינלעך גרויס. די קריסטלעכע באפעלקערונג פון שטאט -- די ,האראדטשוקעס" זענען ביי זיך האפערדיק געווארן און געווארט מיט אומגעדולד אויפן טאג, ווען די דייטשן וועלן אריינמארשירן אין דאוויד"האראדאק. מ'האט געזען באשיינפערלעך, אז זיי גרייטן זיך צו נקמה-אקטן. אט האבן זיך אנגעהויבן באוועגן גרויסע טיילן פון דער רויטער ארמיי פון מזרח אויף מערב, מ'האט געפילט אז די מלחמה דערנענטערט זיך מיט ריזן שריט. הארט פארן אויסברוך פון קריג, זענען ארעסטירט און פארשיקט געווארן עטלעכע יידישע משפחות. דעם 22-טן יוני 1941 האבן די היטלעריסטישע הארדעס אויף א פאררעטערישן אויפן, ניט דעקלערנדיק פריער קיין קריג, באפאלן ראטנפארבאנד און דערמיט הויבט זיך אן דער טרויעריק שוידערלעכער סוף פונם יידישן דאוויד-האראדאק... חורבן און אומקום די פאניק איז געווען זייער גרויס. די יידן האט באפאלן א טויט-שרעק. די ,האראד- טשוקעס" זענען געווען האפערדיק. די סאוויעטישע מאכטהאבער פון שטעטל זענען געוועז צערודערט.
די יוגנט אין שטאט איז גלייך מאביליזירט געווארן. ניט אלע זענען אבער גענומען געווארן אין דער ארמיי. די, וועמענס סאציאלע אפשטאמונג איז ניט געווען קיין פאסיקע, האט מען דערנאך באפרייט. 107