Original scan
Original memorial-book scan 407
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-923

ס'האבן זיך באוויזן דייטשישע אעראפלאנען איבערן שטאט און טראץ דעם, וואס זי האבן ניט באמבארדירט, האבן זיי דאך געשאפן א געפערלעכע פאניק. די דייטשישע חיילות זענען מיט א געוואלטיקער קראפט געגאנגען פארויס. די רויטע ארמיי, האט אין אומארדענונג און בהלה, אפגעטראטן. די סאוויעטישע פירער פון שטאט האבן זיך גענומען עוואקואירן. הונדערטער יידישע יונגעלייט און גאנצע משפחות האבן זיך געלאזן צו דער פריערדיקער סאוויעטיש-פוילישער גרענעץ, מיט צוועק זיך צו עוואק\אירן קיין רוסלאנד, כדי אזוי ארום צו אנטלויפן פון די היטלעריסטישע מערדערישע הענט. ליידער האבן זיי אלע אויף דער אלטער גרענעץ געפונען א שטארקע סאוויעטישע וואך. וועלכע האט דורכגעלאזן בלויז די, וואס האבן געהאט ספעציעלע דערלויבענישן דערצו, -- די איבעריקע זענען ניט דורכגעלאזן געווארן און זיי זענען געווען געצוווּנגען צוריקצוקערן זיך אין דאוויד-האראדאק. ס'זענען פון דער גרענעץ אויך צוריקגעשיקט געווארן די סאוויעטישע מאכט- האבער פון שטאט מיט א באפעל צו בלייבן דארט ביז דער לעצטער מינוט.

passage_870283ab4192dd6248fb124b
Passage 2normalized OCR · source chars 925-1747

די דייטשן האבן שוין פארנומען פינסק. לוניניעץ, לאכווע, מיקאשעוויטש, און אין דאוויד- האראדאק זענען זיי נאך ניט געווען. די שטאט איז פאקטיש געווען אַן א מאכט. דאוויד"-האראדאק איז ניט פארנומען געווארן דערפאר, וואס זי איז ניט געלעגן ביי קיין באן-ליניע און ניט ביי קיין שאסיי. די ,האראדטשוקעס" האבן זיך ניט געקענט דערווארטן ביז די דייטשן וועלן אליין אריינקומען און זיי האבן ארויסגעשיקט קיין פינסק צו דער דייטשישער מיליטערישער מאכט א דעלעגאציע מיטן פעלדשער מארייקא אין דער שפיץ, וועלכע האט פארלאנגט, אז די דייטשן זאלן וואס גיכער אריין אין שטאט. דערביי האבן זיי געמאלדן די דייטשן וועגן דער גרייטקייט פון די ,האראדטשוקעס" מיטצוארבעטן מיט זיי. זיי האבן פארלאנגט, אז מ'זאל מאכן א שנעלן סוף צו דער יידישער באפעלקערונג פון דאוויד-האראדאק. די דעלעגאציע איז צוריקגעקומען א צופרידענע פון די ,פאזיטיווע" רעזולטאטן, וועלכע זי האט דערגרייכט.

passage_0001693a121c2af8198e2b4e
Passage 3normalized OCR · source chars 1749-2850

נאכן צוריקקער פון דער דאזיקער ,דעלעגאציע" האבן זיך פארשפרייט קלאנגען, אז די רויטע ארמיי האט אנגעהויבן אנגרייפן און צורלקשטויסן די דייטשן. אן אימה איז אנגעפאלן אויף דער ,דעלעגאציע" און זיי זענען אנטלאפן אין פינסק. ליידער האט זיך אין א פאר טעג ארום ארויסגעוויזן די ידיעה פאר א ניט ריכטיקער און די ,דעלעגאציע" איז צוריקגעקומען אין שטאט און מיט זיי די דייטשן. דעמזעלבן טאג האבן די ,האראדטשוקעס", אין וועמענס שפיץ עס זענען געשטאנען דער אויבנדערמאנטער מארייקא, די ברידער טאניא און ליאווא קאסארעוו, קולאגא, יעוופלאוו, א.אנד., איינגעארדנט אונטערן פרייען הימל א מיטינג לכבוד דעם ,גרויסן היסטארישן טאג". די דייטשן האבן איבערגעגעבן די ציווילע מאכט אין די הענט פון די ,האראדטשוקעס" נאמינירנדיק אלס בירגערמייסטער פון שטאט מארייקען און אלס קאמענדאנט פון דער ציווילער פאליציי ליאווא קאסארעוו. דל יידן האבן באקומען א באפעל אנצוטאן מגן-דוד'ס. דעם 16-טן אב תש"י איז ארויסגעגעבן געווארן א באפעל, אז אויף צומארגנס 6 אזייגער פרי דארפן זיך אלע יידישע מענער אין עלטער פון 14 יאר און העכער צונויפקלייבן אויפן מארק קעגנאיבער דעם קאטוילישן קאשציאל, מיטנעמענדיק מיט זיך לאפאטעס. ס האט געהייסן, אז מ'וועט זיי פירן אויף ארבעט.

passage_5477ab966567fe0b25d9cb41
Passage 4normalized OCR · source chars 2852-3008

צומארגנפ פרי האבן זיך די יידן אנגעהויבן צונויפקלייבן אויפן מארק, וועלכער איז געווען ארומגערינגלט מיט דייטשישע באוואפנטע ס.ס.-לייט און פיל ,האראדטשוקעס". 1:

passage_54dd214232fc113382554ee7