Original scan
Original memorial-book scan 408
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-774

נאכדעם, ווי אלע האבן זיך צוגעשטעלט, האבן זיך די ,האראדטשוקעס" געלאזט איבערן שטאט קאנטראלירן צי זענען דא אזעלכע, וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן. די ברידער איסר און הערשל גורוויטש, וועלכע זיי האבן געפונען אין א באהעלטעניש, האבן זיי אויפן וועג צום מארק אויסגעשטאכן די אויגן. אלע צונויפגעזאמלטע אויפן מארק, האט מען צופוס אוועקגעפירט, אונטער א שטארקער, פון די ציין ביז די פיס, באוואפנטער ס.ס.-אפטיילונג, ביי דער באגלייטונג פון הונדערטער ,האראדטשוקעס", קיין חינאווסק, א דערפל, 7 קילאמעטער ווייט פון דאוויד"-האראדאק, ווו ס'זענען שוין פון פארויס געווען צוגעגרייטע גריבער. ארומגערינגלט פון אלע זייטן מיט הארמאטן און מאשינען-געווער, האט מען זיי ביז איינעם אויסגעשאסן. די קולות און געשרייען פון די אומגליקלעכע קרבנות האבן זיך געטראגן אין דער לופט און דערגרייכט אזש ביז דאוויד-האראדאק.

passage_08406b0704c6272cb68c881b
Passage 2normalized OCR · source chars 776-1675

די פארזאמעלטע ,האראדטשוקעס" האבן דערביי אויסגעפילט א דרייענדיקע מיסיע: זי האבן געהיט, אז קיין איינער זאל ניט אנטלויפן פון פעלד, זיי האבן אראפגענומען די גאלדערנע פינגערלעך. זייגערלעך, ארולסגעריסן די גאלדערנע ציינער, אויסגעטאן די זאכן און אראפ- געצויגן די שיך מיט די שטיוול פון די פיס און צום סוף האבן זיי אויסגעפילט די ארבעט פון ווארפן די קרבנות אין די גריבער אריין, ניט קוקנדיק אויף דעם, צי זענען זיי אינגאנצן טויט, צי האלב לעבעדיק. בלויז 2 קינדער האט זיך איינגעגעבן צו ראטעווען פון דער דאזיקער מורא'דיקער שחיטה און אומבאמערקטערהייט צו אנטלויפן. בלאנקענדיק איבער די פעלדער האבן זיי זיך צוגעשלאגן צו א פארטיזאנער-אטריאד און אזוי ארום געבליבן לעבן. % 4 * אין שטאט האט זיך אפגעשפילט די צווייטע טייל פון דער מורא'דיקער טראגעדיע. די פרויען מיט די קליינע קינדער האבן באקומען א באפעל, נאכדעם ווי די מענער זענען ארויסגעפירט געווארן פון שטאט צו דער שחיטה, צו פארלאזן אין פארלויף פון א שעה דאוויד"האראדאק.

passage_010f068cb9021a23c876928f
Passage 3normalized OCR · source chars 1677-2789

די עטלעכע מענער, וועלכע ס'האט זיך איינגעגעבן אויסצובאהאלטן און ניט ארויסגיין צו דער ,ארבעט", און צווישן זיי דער רב ר' משה'לע, חיים מוראווטשיק א. אנד. האבן זיך איבער- געטאן אין פרויען זאכן און זענען מיטגעגאנגען מיט אלע פרויען און קינדער. ביים בריק. אבער, זענען געשטאנען ,האראדטשוקעס" און האבן קאנטראלירט, צי זענען צווישן די פרויען ניטא קיין איבערגעטוענע מענער. אלע איבערגעטוענע מענער, זענעןז דורך די ,האראדטשוקעס"? דערקענט געווארן. זיי האבן זיי אויף אן אכזריותדיקן אופן צעשלאגן און דעונאך זיי געווארפן פון בריק אין טייך אריין. אט אזוי האט זיך ארויסגעלאזט א מחנה פון עטלעכע טויזנט פרויען און קינדער אין א שוידערלעכן וועג פון וואנדערן, ניט וויסנדיק וווּ צו גיין. 2 וואכן האבן זיי געוואנדערט איבער פעלדער, וועגן און אומוועגן. קיין איין שטאט האט זיי, טראץ די באמיאונגען פון יענע יידן, ניט געוואלט אויפנעמען. בלויז עטלעכע צענדליק פרויען און קינדער האט זיך איינגעגעבן איינצוארדענען ביי זייערע קרובים אין די ארומיקע שטעטלעך ווי: לאכווע, סטאלין און לונינעץ. די איבעריקע האבן 2 וואכן געוואנדערט, אויס- שטייענדיק הונגער, קעלט און פייניקונגען פון די פויערים, וועלכע פלעגן אויף זיי אנפאלן. שלאגן, פארגוואלטיקן א.א.וו. 209

passage_a8e07b932c84a3e2bdde78f1