Original scan
Original memorial-book scan 409
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-878

אין פארלויף פון די דאזיקע 2 וואכן, זענען אלע, הפקר געבליבענע יידישע הייזער מיט יידיש האב און גוטס צעראבלרט געווארן. פיל יידישע הייזער האבן די ארומיקע דארפישע פויערים צענומען און איבערגעפירט אין די דערפער און אין פיל הייזער האבן זיך אריינגעקליבן די ,האראדטשוקעס". נאך א 2-וואכיקן וואנדערן זענען די פרויען מיט די קינדער צוריקגעקומען צו די טויערן פון דאוויד"האראדאק וועלכע האט זיי ,באוויליקט" אויפצונעמען. פארשטייט זיך, אז אין זייערע הייזער האָט מען זיי שוין ניט אריינגעלאזט און ס'איז געשאפן געווארן פאר זיי אין א פּאֶר געסלאך וווּ ס'זענען געווען גוישע הייזקעס, א געטא. א יאר צייט האט דער דאזיקער געטא ,עקזיסטירט". אין פארלויף פון דאזיקן יאר, איז מער ווי א העלפט אויסגעשטארבן פון עפידעמיעס, ,צופעליקע מארדן" און פון הונגער (אפיציעל האבן די געטא-איינוווינער באקומען 100 גראם ברויט א טאג אויף יעדן קאפ -- פאקטיש פלעגט מען מינימום 2 מאל אין וואך קיין ברויט איבערהויפט ניט פארטיילן).

passage_099dee1dd7fbfb8943389ce8
Passage 2normalized OCR · source chars 880-2045

נאך א יאר פון אומגעוויינלעכע יסורים און שרעקלעכע איבערלעבונגען, זענען אלע לעבנס-געבליבענע פרויען און קינדער, ווי אויך א 3--4 דערוואקסענע מענער, ווי צ.ב. וועלוול קושניר, וועלכן די דייטשן האבן פון דער מענער שחיטה איבערגעלאזט ביים לעבן, ווייל ער איז געווען א מומחה אין פארריכטן ניי"מאשינעס -- אלע זענען זיי אין א געוויסן טאג (ליידער ווייסן מיר ניט די דאטע) ארויסגעפירט געווארן צום זעלבן ארט, וווּ די מערדער האבן מיט א יאר צוריק אומגעבראכט די מענער, און דערשאסן געווארן. אט אזוי איז פארענדיקט געווארן די קרוב צו 500 יאריקע עקזיסטענץ פון יידישן ישוב אין דאוויד"האראדאק. אין פארלויף פון דער 3-יאריקער היטלעריסטישער אקופאציע פון דאוויד-האראדאק האט א פארטיזאנער-אטריאד כמעט טאג-טעגלעך אפגעשטאט שוויזיטן" אין דאוויד"האראדאק פאראורזאכנדיק פיל שאדן די דייטשן און פיל קאפדווייטיק די ,האראדטשוקעס". די פארטיזאנער האבן פארברענט כמעט אלע יידישע הייזער אין שטאט, כדי די ,האראדטשוקעס" זאלן ניט קענען געניסן פון יידיש האב און גוטס. זיי האבן אויפגעריסן די שטאטישע עלעקטרישע סטאנציע, זיי האבן פון מאל צו מאל געמאכט אנפאלן אויף דער שטאט ברענגענדיק צו מענטשלעכע קרבנות הן פון די דייטשן און הן פון די ,האראדטשוקעס", זיי האבן אין פארלויף פון דער גאנצער צייט געהאלטן אין שפאנונג די שטאט.

passage_15f3ba40124a79b3506ccc9f
Passage 3normalized OCR · source chars 2047-2637

אין דאזיקן פארטיזאנער-אטריאד האט זיך אויסגעצייכנט מיט אומגעוויינלעכן מוט און געוואגטקייט א יידיש מיידל (וועמענס נאמען און גורל ס'איז אונז ליידער ניט באקאנט), וועלכע איז ביי יעדן אנפאל פון פארטיזאנער-אטריאד אויפן שטאט געווען תמיד די ערשטע און אפגעטראטן איז זי די לעצטע. זי האט מיט איר העלדישן האלטן זיך געווארפן אן אימה אויף די דייטשן און ,האראד- טשוקעס" און גלייכצייטיק צוגעגעבן מוט אירע חברים די פארטיזאנער. אין 1944 איז דורך דער רויטער ארמיי באפרייט געווארן דאוויד-האראדאק פון די מערדערילשע היטלעריסטישע אקופאנטן. ליידער האט זיך שוין דאן קיין איין לעבעדיקער ייד אין שטאט ניט געפונען. 2

passage_ab4df5570a3f3f304f50c9e1