Original scan
Original memorial-book scan 410
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1170

עטלעכע צענדליק אנפירער פון די ,האראדטשוקעס" זענען אנטלאפן צוזאמן מיט דער דייטשישער ארמיל. עטלעכע פון די יידן, וועלכע זענען געראטעוועט געווארן אדאנק דעם, וואס זיי זענען געווען אין צייט פון קריג אין ראטנפארבאנד, ווי: הערשל קארמאן, מיט זיינע 2 זין נטע און מאטעס (היינט אין ישראל), איצל נאכמאנאוויטש (היינט אין די פאראייניקטע-שטאטן פון אמעריקע), מענדל קראווטשיק (היינט אין ישראל) און ליטמאן מוראווטשיק (היינט אין ישראל) האבן נאך דער באפרייונג, באזוכנדיק דאוויד-האראדאק געטראפן א חרובע פארברענטע שטאט אֶן איין לעבעדיקן ייד און א ריזן ברודער-קבר, וווּ ס'רוען די פארפייניקטע דאוויד"האראדאקער יידן. אין יעדן הויז פון די ,האראדטשוקעס" האבן זיי געזען יידיש מעבל און יידישע זאכן. אויפן מארק האבן די ,האראדטשוקעס" געהאנדלט מיט יידישע בגדים, מיט קאפאטעס; די פרויען פון די ,האראדטשוקעס" האבן געטראגן אויף די קעפ טיכלעך, געמאכטע פון יידישע טליתים. זיי אלע האבן, אבער, קיין זאך ניט געוווּסט צו דערציילן. די גאנצע שולד האבן זיי געווארפן אויף די דייטשן און אויף די אנטלאפענע פירער פון די ,האראדטשוקעס"; זיי אליין דאגעגען ,ווייסן גארניט", ,באדויערן", ,זענען דאן אין שטאט ניט געווען", ,האבן אויך געליטן פונם דייטש" -- מיט איין ווארט: גאט די נשמה שולדיקע שעפעלעך -- כמעט מארטירער.. % 2 *

passage_84209fd11da8adb88e074d82
Passage 2normalized OCR · source chars 1172-1410

היינט צו טאג איז אין דאוויד-האראדאק נישטא קיין איין ייד. % . * די שארית הפליטה איז אין איר גרעסטער מערהייט אין ישראל. עטלעכע זענען פארבליבן אין ראטנפארבאנד. אייניקע אין פוילן און געציילטע האבן אויסגעוואנדערט קיין אמעריקא. . ליפעויץ [1

passage_35bdd86bcc74b6d7de5f34f3