מאטל סלוצקי (ניו-יורק) דאוויד-האראדאק מיט 50 יאר צוריק (זכרונות) שווער צו זאגן מיט וואס דאס קליינע שטעטעלע דאוויד-האראדאק זאל זיך שטארק אונטערשיידן פון אנדערע קליינע שטעטלעך. וועלכע זענען, ווי זי, אריינגעשטעקט אין די טיפע בלאטעס פון פאלעסיע. כמעט ז'ער זעלבער שניט הייזער, גאסן, שולן, קראמען, מארק און די זעלבע פרנסות, צרות, ליידן און זאר'ג. דאוויד"האראדאק האט ניט ארויסגעגעבן פון זיך קיין אנשי"שם, אין וועמענס זכות זי וואלט געקענט צינדן פאר זיך א נרדתמיד אין דער געשיכטע פון די ווייסרוסישע יידן. קאידאנאוו האט געשמט מיט דעם קאידאנאווער רבי; מיט אברהם רייזין; סטאלין האט זיך קונה"שם געווען מיט דעם סטאלינער רבי. דאוויד"האראדאק, האט, אבער, אזא מזל ניט געהאט. דאך, פאר דעם געבוירענעם אין דערצויגענעם אין דאוויד-האראדאק, האט דאס שטעטל אן אייביקן רייץ. ,האראדאק-סאלאדאק" -- פלעגן זאגן די מיעשטשאנעס -- א זיסע שטאט ! אפילו, ווען מען פלעגט זי פארלאזן יונגערהייט, נאך זייענדיק א יינגל -- ווי די מערסטע דאוויד-האראדאקער. וועלכע לעבן יעצט אין אמעריקא -- טראגט יעדערער ארום אין זיין הארץ א בענקשאפט נאך דער אלטער היים. וויי פארשיידן ס'זאלן ניט זיין די זכרונות און די איינדרוקן, וואס יעדער איינער פון אונז, .- 1 ל ל 6 כ יי ל - א פיי ב די גרעבליע 15
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1148
passage_2487b87b030bf511248ca49c